מיטוואך פ' ויגש • א' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט צער און טרויער איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מרת דבורה בערגמאן ע"ה, אשת חבר הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א מזקני ראשי הישיבות בארה"ק וועלכער איז יעצט באנאכט אין ארץ ישראל נפטר געווארן בשיבה טובה אין פילן עלטער פון 97 יאר. די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון מרן הגאון הרב שך זצ"ל בעל 'אבי עזרי', און איז פאר לאנגע יארן געשטאנען לימין הקודש פון איר חשובער מאן דער ראש הישיבה שליט"א, אנצופירן זיין ישיבה און צו קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש און ההרבצת תורה זיין פאר זיינע תלמידים לאלפים.
די רעבעצען איז נאך געבוירן אינדערהיים אין ווילנא בשנת תרפ"ז, וואו זי האט זוכה געוועהן צו קענען לערנען דעם גרויסן גאון ורבן של ישראל ר' חיים עוזר גרודזינסקי זצ"ל. די האט אדורכגעמאכט די ביטערע מלחמה יארן און ארויף קיין ארץ ישראל. בהגיע לפרקה האט דער הייליגער חזון איש אנגעטראגן פאר איר פאטער הרב שך זצ"ל זיין חשובן תלמיד און בן בית דער ראש הישיבה שליט"א מיט וועם די חשובע רעבעצען האט אויפגעשטעלט דעם הערליכן שטוב זרע ברך ה'. כל ימיה איז די רעבעצען צוגעשטאנען לימינו פונעם ראש הישיבה מיט א זעלטענעם געטריישאפט. אין די לעצטע תקופה האט זיך דער רעבעצען שטארד געמוטשעט אין געזונט און טראץ אלע פרואוון איר צו האלטן ביים לעבן, איז זי היינט נאכט נפטר געווארן לחיי העולם הבא, איבערלאזנדיג איר חשובער מאן דער ראש הישיבה שליט"א, קינדער און אייניקלעך מרביצי תורה רבנן ותלמידהון.
די לוי' גייט ארויס היינט מיטוואך נאכט ליל זאת חנוכה פון איר שטוב רח' האדמו"ר מגור אין בני ברק, צום פאנעוויטשער בית החיים וואו דער רעבעצען ע"ה וועט קומען לקבורה נעבן איר גרויסן פאטער הרב שך זצ"ל.
Comments