מאנטאג חיי שרה • י"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן נאכמיטאג זענען חסידי וויזניץ מאנסי געכאפט געווארן אין איבערראשונג מיטן ערהאלטן די ידיעה מרנינה משמחת לבבות איבער א פרישע ריזן גיגאנטישע אונטערנעמונג פון הרחבת גבולי הקדושה, וואס איז שוין פאקטיש בליץ-שנעל געווארן אין גאנג, מיט'ן דראסטיש פארדאפלען דעם חינוך הבנות פעסטונג "בנין איינהארן" אויף עישעל לעין אין מאנסי, מיט'ן אויפבוי פון א פרישע מאיעסטעטישע פינף שטאקיגער בנין גדול אדיר ומפואר, באהאפטן צום עקזיסטירנדן בנין.
דער יעצטיגער בנין בית חינוך לבנות איז אריגינעל באשטאנען פון אן איין-שטאקיגע געביידע וואס האט יארן לאנג געדינט אלס מיידל שולע פאר חסידי וויזניץ מאנסי, תחת נשיאותו פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ, און מיט ארום זעקס יאר צוריק, איידער'ן הסתלקות פונעם רבי'ן דער תורת מרדכי, איז פארגעקומען אן אויסטערלישע הרחבת גבולי הקדושה, בנדבת הטפסר המרומם הרבני הנגיד ר' יחזקאל אביגדור איינהארן, וואס האט בשעתו געבראכן היסטאריע אין ק"ק וויזניץ מאנסי, מיט'ן ביישטייערן א מעגא פילאנטראפישע סומע פון פינף מיליאן דאלאר, וואס האט פארוואנדלט דעם בנין אלס פרעכטיגער פינף שטאקיגער בנין.
אין די לעצטערע יארן איז ווידער געווארן ענג אינעם בנין, בעת דער וואוקס זעצט פאר מיט אומגעהויערע אימפעט בליעה"ר, און עס האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט דער דרינגענדער געברויך צו פאברייטערן דעם בנין, און ווידער איז אצינד קעגנגעקומען דער נדיב ושוע, הרבני הנגיד ר' יחזקאל אביגדור איינהארן, מיט א פרישע מולטי פינף מיליאן דאלארדיגע נדבה, ברענגדיג צו אן אומגלויבליכע סך הכל פון "צען מיליאן דאלאר" פאר די חינוך הבנות אימפעריע אינערהאלב מוסדות וויזניץ מאנסי.
דער גיגאנטישער פראיעקט וועט מאסיוו פארדאפלען דעם יעצטיגן בנין, מיט'ן צובויען א פרישער ריזן בנין באהאפטן צום יעצטיגן בנין, און נעכטן נאכמיטאג איז ברוב גיל וחדוה אפגעהאלטן געווארן א באשיידענער מעמד נהדר "הנחת אבן הפנה" בראשות פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, אינאיינעם מיט א שיינעם ציבור חסידים, ובמיוחד דער נדבן הדגול ר' יחזקאל אביגדור ובני משפחתו, וועלכע דינען אלס הויפט מחותנים פון די התרגשות'דיגע מאורע וואס טראגט א היסטארישע ערשיינונג אין די וועלט פון פילאנטראפיע, ווען איין יחיד א נדיב בעם, נעמט אויף זיך צו זיין דער אויסשליסליכער נדבן פון דעם גאנצן פראיעקט, מהחל ועד כלה, באדייטנדיג סך הכל אן אומגלויבליכע סכום כביר פון "צען מיליאן דאלאר"!
דער רבי האט געזאגט די מקובל'דיגע פרקי תהילים א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות און דערנאך - מיט א רגש קודש אריינגעגאסן די צעמענט און אריינגעלייגט מטבעות כנהוג און דערביי מכבד געווען דעם נדבן ובני משפחתו צו גיסן די יסודות.
די מעמד האט נאכגעפאלגט מיט א סעודת מצוה לכבוד המאורע אינאיינעם מיט א 'שבע ברכות' וואס די הנהלת המוסדות האט צוגעשטעלט לרגל די שמחה במעון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, די חתונה פון נכדו החתן בן לבנו הגדול הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, און לכבודו פונעם מחותן אבי הכלה הגה"צ ר' פנחס שלום ראטענבערג אבד"ק קאסאן מאנסי מגדולי מחזיקי המוסדות, די סעודת מצווה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די זאל פון די מיידל שולע בנין.
עס האבן אויפגעטראטן מיט דרשות הרב הערשל מאשקאוויטש מנהל בית חינוך לבנות און הרב משה ווייס אן אייניקל פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א, וועלכע האבן ארויסגעברענגט דאס געטריישאפט פונעם חשובן נדבן און טפסר מרומם לכל קדשי בית וויזניץ און זיין נאנטן קשר מיט רבו מובהק הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע. צום שלוס האט אויפגעטראטן מיט פאסיגע חרוזין בדחנא דמלכא ר' הערשל דייטש הי"ו.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
Comments