דינסטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, JDN
דעם זונטאג תולדות העעל"ט איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די בעלזער ישיבה גדולה אין בני ברק וואו עס איז פארגעקומען די שמחת חתן, לרגל די שמחת קשרי החיתון בחצר הקודש פון די כלה א טאכטער ביי הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א מיט די חתן החשוב אלימלך פענסטער מפארי גידולי הישיבה.
מען האט געזינגען פילע ניגוני הודאה ברון שיר ושבח אויף די גרויסע שמחה, די לאנגיעריגע משגיח הרב יעקב פירער הי"ו האט אויפגענימען דעם חשובן גאסט מיט דברי ברכה, און הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א האט משמיע געווען לענגערע דברי תורה וברכה ארומרעדנדיג בשבח הישיבה און די טייערע בחורי חמד, דערנאך האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער מחותן אבי החתן הרה"ג ר' אהרן פענסטער שליט"א וואס דינט אלס מגיד שיעור אין די ישיבה.
נאכן מסיבת לחיים האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין ומחולות לכבוד די שמחה אינעם הויף ווי הרה"צ רבי אהרן מרדכי האט מיטגעהאלטן די ריקודין א לענגערע וויילע, און באזונדער געטאנצן מיטן חתן און מיט די צוות הישיבה.
אין אנדערע נייעס איז די פרישע חתן המיועד להיות חתן בבית המלוכה געזעצט געווארן ביי די תפילות דעם שבת קודש בחצר הקודש בעלזא צווישן די אייניקלעך היושבים ראשונה במלכות, אזוי אויך ביי די טישן איז ער געזעצט געווארן ביים טיש צווישן די רבנים חשובים ובנן של קדושים כראוי וכיאות לנכנס לגזע המלוכה, פרייטאג צונאכטס ביים טיש איז די חתן מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צו קידוש.
Comments