דאנערשטאג פ' במדבר - כ"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות
נעכטן נאכט איז כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א אנגעקומען קיין ירושלים ווי געמאלדן אויף א באזוך ביים שוואגער כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א, נאכן באזוך איז די רבי צוגעפארן לבית מדרשו אין ירושלים אין דארט אויפגענימען דעם ציבור א שטיק צייט, כחצות הלילה איז די רבי שליט''א אנגעקומען אויף מעריב אין ספירה ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, דערנאך האט מען אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהילים אין די רבי האט געזאגט קדיש אין מתפלל געוועהן א תפילה חרישת.
פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן צום הר הזיתים צום ציון פונעם שווער הגה''צ אב''ד שטראבסורג זצ''ל אין די רעבעצען, אין דערנאך איז די רבי צוגעגאנגען צום ציון הק' פון הרה''ק רבי שלמה'קע זוועהיל'ער זי''ע לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן נעכטן כ''ו אייר.
אין אויך מתפלל געוועהן ביי די ציונים הק' פון צדיקי בית רחמיסטריווקא אין הרה''ק בעל 'דמשק אליעזר' מוויז'ניץ זכר צדיק לברכה, אום דריי אזייגער באנאכט האט זיך די רבי צוריק געקערט למעון קדשו אין בני ברק.
Comments