top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים גרייט זיך צום געהויבענעם שב"ק פ' תולדות הבעל"ט בצל האד' מוויזניץ לאנדאן

מאנטאג חיי שרה • י"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס פרייד האבן חסידי וויזניץ בארץ הקודש אויפגענימען די בשורה מהרנונה אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א האט באוויליגט די נאכאנאנדע הפצרות פונעם היימישן עולם אין ארץ ישראל און וויזניצער חסידים אין ירושלים אז "רצוננו לראות את מלכנו", מיטצולעבן א שבת קודש בצל רבם ומאורם ביי זיי אין שטאט, נאכדעם וואס עס איז שוין פארלאפן גאנצע פינעף יאר, זינט יענעם געהויבענעם שבת קודש וואס דער רבי שליט"א האט געפראוועט אין ירושלים, בקרב עדת צאן מרעיתו.


דער רבי וועט שוין אנקומען קיין ארץ ישראל מיטוואך תולדות, און וועט אויסנוצן די געלעגנהייט צו מזכה זיין נדיבים בעם דרי ארץ הקודש לטובת די בניני המוסדות, וואס איז אצינד משאת נפשו פון רבי׳ן שליט״א, צו דעקן די צוויי גאר קאסטבארע אונטערנעמונגען, סיי די ישיבה געביידע אין ענפעילד און אזוי אויך דער אפקויף פון א בנין אדיר וואס פאר די ניי-געגרינדעטע בית חינוך לבנות פון מוסדות החינוך וויזניץ לאנדאן, צוויי פראיעקטן וואס האט - אינאיינעם אריינגעצויגן אין שווערע מיליאנען.


אויף שבת פ' תולדות איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסער אודיטאריום אויך רחוב מנחת יצחק וואו דער רבי וועט ברוב עם הדרת מלך אפרעכטן זיינע דערהויבענע התעוררות'דיגע תפלות שבת קודש, אזוי אויך די ווארימע לעכטיגע טישן בליל שבת קודש ובעידן רעווא דרעווין, כדרכו בקודש. במשך די טעג וועט דער רבי מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים און ספעציעלע שעות זענען באשטימט פאר קבלת קהל, מיוחד פאר תושבי ירושלים, להתברך מפי הקודש.


א שטאב פון עסקנים זענען אין די טעג גאר פארנומען אהערצושטעלן דעם גרויסן שבת אויפן שענסטן, און באזונדער צו קענען פלאצירן די געסט פון איבער גאנץ ארץ ישראל, וועלכע ווילן נישט פארפאסן אזא געהויבענעם שבת קודש, וואס וועט געפראוועט ווערן במקהלות עם רב, ברוב פאר והדר.

Comments


bottom of page