דאנערשטאג פ' ויחי • ט' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט איבערראשונג איז ביי חסידי מודזיץ אויפגענומען געווארן אז כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וועט זיך אנשליסן אין די נסיעה למקומות הק' וואס א גרופע חסידים האבן געפלאנט אונטערצונעמען קיין פוילן.
די נסיעה האט געזאלט פארקומען דורך א גרעסערע קבוצה חסידים, בראשות פונעם רבי'נס זון הרה"צ ר' שמואל אליהו שליט"א, לקראת די חתונה ביים רבי'ן אין הויף, שמחת נישואי נכדו, בן לבנו רבי שמואל אלי', וואס קומט פאר דעם קומענדיגן כ"א שבט אין בני ברק.
שוין נאכ'ן מסדר זיין אלע פרטי הנסיעה, האבן די משתתפי הנסיעה ערהאלטן מיט רגשי שמחה די ידיעה מרנינה אז עס וועט זיך מצרף זיין בהנהו חברותא נישט א צווייטער ווי דער רבי שליט"א זעלבסט, וועלכער האט געמאלדן אז ער וויל זיין טייל פון די נסיעה, און ער וועט בראש קהל עדתו זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגן כ"ז טבת, פוקד צו זיין די ציונים הק' פון צדיקי בית מודזשיץ ולמעב"ק ברחבי פוילן.
די נסיעה וועט זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגן דינסטאג פר' בא, און מ'וועט במשך די צוויי-טאגיגע נסיעה אנקומען צו פוקד זיין ביי הרה"ק הדברי ישראל ממודזיץ אין ווארשא, ביים ציון הרה"ק מקאזמיר, ביים הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אין ליזענסק, און ביים בית החיים הישן אין קראקא.
ווי נאר די ידיעה איז ארויס איבער'ן רבי'נס השתתפות אין די נסיעה, האבן זיך צוגעשלאסן א פרישע צאל חסידים, ספעציעל נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט פארבעטן די וועד הנסיעה, אז כדי צו געבן די מעגליכקייט פאר'ן ציבור צו קומען אויף די נסיעה, זאל די פרייז זיין שוה לכל נפש, און ס'איז באשטעטיגט געווארן א מינימאלע פרייז פאר די גאנצע נסיעה פון אונטער טויזנט דאלאר.
בגלל אבות תושיע בנים ותביא גאולה לבני בניהם
Comments