דאנערשטאג וירא • י"ג חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
מיט גרויס התרגשות און געהויבענע געפילן גרייטן זיך חסידי וויזניץ, ובפרט די חסידים תושבי אלעד צום לאנג ערווארטעטע מעמד חנוכת הבית פארן נייעם הערליכן בנין בית המדרש הגדול ישועות משה דחסידי וויזניץ אין שטאט אלעד ווען מ'גרייט זיך מחנך צו זיין דעם נייעם בית המדרש לשם ולתפארת, וואס וועט געפייערט ווערן ביי א שבת חנוכת הבית דעם שב"ק פרשת וירא נאכגעפאלגט מיט די פייערליכע מאורעות זונטאג חיי שרה דערויף.
די קייט פון מעמדי קודש וועט זיך אנהייבן דעם שבת קודש הבא עלינו לטובה ווען מען וועט האבן די זכיה מקבל זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אויף א שבתא דריגלא אויסשליסליך מיט קהל עדת צאן מרעיתו תושבי אלעד לכבוד די פריידיגע מאמענט פון מחנך זיין דעם בית גדול וקדוש וועלכע ווערט אויפגעבויט אין די לעצטערע יאהרן לשמו ולזכרו פון משה רעיא מהימנא הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצוק"ל, און ווערט אצינד נתחנך אינעם ערשטן פאזע, וואס רעכנט אריין די היכל הבית מדרש, עזרת נשים און פראכטפולע שמחה זאל במלוא הדרו, דער גאנצער בנין מבית ומבחוץ איז נאכגעמאכט קונצליך די סקיצע פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול מרכז העולמי דחסידי וויזניץ אין שטאט בני ברק.
די רבי שליט"א וועט ערשיינען בשערי העיר היינטיגן ערב שבת נאכמיטאג, און וועט באלד ביים אנקומען - קובע זיין א מזוזה ביים אריינגאנג צום נייעם היכל הבית מדרש, די גאנצע שבת מבואו ועד צאתו וועט געפראוועט ווערן מיוחד פאר די חסידים תושבי העיר וואס וועלן אריינכאפן די געלעגנהייט לחסות בצל קדשו און זיך ווארעמען ביי די תפלות און טישן.
מוצאי שבת קודש וועט פארקומען א רייכע סעודת מלוה מלכה אין שטוב פונעם דיין הקהילה הגאון רבי ישראל גרינבערגער בלויז פאר די חסידים חברי הקהילה וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיטן סכום פון 36 טויזנט דאללער און ארויף ביים לעצטן מגבית דעם ווינטער לטובת די בית מדרש.
צומארגנס זונטאג וועט געפייערט ווערן די גרויסע מעמד קביעת מזוזות און חנוכת הבית מיט'ן השתתפות פון הונדערטער חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל וואס וועלן קומען צו פארן מיטלעבן דעם פרייליכע מאורע בתולדות בית וויזניץ, אנגעהויבן מיט די מעמד קביעת מזוזה בשערי הבנין החדש, נאכגעפאלגט מיט א רייכע סעודת מצווה לכל הקהל הקודש, און די מעמד חנוכת הבית ברון שיר ושבח ובקול צהלה ורינה אין די גרויסע שטאטישע אודיטוריום, מיט די השתתפות פון אדמור"י רבני העיר.
Comments