top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כבוד התורה ביי שבע ברכות לנכד האד' מגור מיוחד פאר אברכים מצוינים‎

דינסטאג פ' ויקרא • ט' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א זעלטן געהויבענע שבע ברכות איז פארגעקומען דעם דאנערשטאג נאכט בחצר הקודש גור, ווען עס איז צוזאמגעפלאכטן געווארן די שמחת חתן וכלה, אינאיינעם מיט די שמחת התורה, ווען צום שבע ברכות זענען געלאדנט געווארן א קבוצה אינגעלייט וואס האבן זיך פארהערט אויף מער ווי טויזענט בלאט גמרא אין ראם פון מזומנים.


די שמחת השבע ברכות איז פארגעקומען אויף א פריוואטע פארנעם אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אברהם גאטטעסמאן, אין שפיץ פונעם געהויבענעם בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, מיט די באטייליגונג פון הגאון הגדול ר' אשר דויטש שליט"א מגדולי ראשי הישיבות בארץ הקודש וועלכע האט פארהערט די חשובע אינגעלייט בכל חדרי התורה.


אין א זעלטענע שריט איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א געזעסן בראש המסובים פאר העכער צוויי און א האלב שעה, שעפנדיג גרויס קורת רוח פון די שיינע פירות די חשובע אינגעלייט, ארויסגייענדיג האט דער רבי געזאגט אז באמת איז אים שווער זיך אפצורייסן פון דעם מעמד, אבער וויבאלד עס איז שפעט, בעט ער פון זיין זון דער מחותן הגאון ר' שלמה צבי שליט"א, ער זאל ווייטער בלייבן פארברענגען מיט די אינגעלייט.
































Comments


bottom of page