top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ציון הרה"ק בעל 'תורת מרדכי' מוויזניץ זי"ע ערנסט געשעדיגט נאך שריפה אין אהל הק'

דינסטאג נח • כ"ז תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א פייער האט היינט אויסגעבראכן אינעם אהל הק' פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע אויפן וויזניצן בית החיים אין מאנסי, נאך וואס א ברענעדיגע ליכט איז אריינגעפאלן אינעם ציון פאראוזאכנדיג די טויזנטער קוויטלעך ארויפצוגיין אין פלאמען בשעת א געדעכטע רויעך האט זיך ארויסגעריסן פונעם אוהל און זיך פארשפרייט אינעם גאנצן בית החיים.


עטליכע מתפללים אויפן ארט האבן תיקף אלאמירט די חברה מצילי אש ד'ראקלענד, וועלכע האבן געברענגט די פייער אונטער קאנטראל ב"ה אן קיין גרויסע שאדן אפראטעווענדיג די אהל הק' פון ארויפגיין אין פלאמען ה"י, דער ציון איז אבער שווער געשעדיגט געווארן פונעם שריפה און וועט אין די נאנטע טעג אריבערגיין רענאווירונג און איבערפרישונג ארבעט.




Comments


bottom of page