top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטח רחבת ידים אפגעקויפט אין קארנוואל-נ.י. פאר בארימטער ישיבת 'דרך התורה' ד'סאטמאר

מיטוואך פ' ויגש • א' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס פרייד און הודאה להשי"ת האבן חסידי סאטמאר אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער דעם מוצלח'דיגן קלאוזינג אויף א גיגאנטישער קארנוואל נ.י. וואו עס וועט בקרוב ווערן בע"ה אויפגעבויט צוויי פרעכטיגע בנינים אדירים צום באניץ פאר די בארימטע ישיבת 'דרך התורה' ד'סאטמאר.


די ישיבה דרך התורה בנשיאות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א שטייט אין שפיץ פון בנו בכורו הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, וועלכע איז פערזענליך גאר אריינגעמישט אין יעדן דעטאל פון די ישיבה. די בחורים האבן די זכי' צו האבן א וועכנטליכן באזוך פונעם רב שליט"א ווען דער רב ניצט אויס די צייט צו פערזענליך זיך אומקוקן אויף די ישיבה און בחורים פון דער נאנט. די ישיבה האט דער רב שליט"א געעפנט בשנת תשפ"א, אין א צייט ווען ער האט געזען אז עס איז פארהאן א שטארקע חלל אין די סאטמארע חינוך אימפעריע, נעמליך אז עס איז נישטא קיין היימישע ישיבה קטנה מיט א דארמיטארי וואו עלטערן זאלן קענען שיקן זייער בחור אין א פאל ווען עס פעלט אויס, צו ריכטיג מקיים זיין דעם 'הוי גולה למקום תורה'.


מיט די פערזענליכע אנווייזונגען און הדרכה פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט ארויסגעוויזן שטארקע אינטערעסע אין די הצלחה פון די ישיבה, האט דער רב געגרינדעט די ישיבה וועלכע איז היינט גאר וואויל בארימט מיט אירע געוואלדיגע הצלחות און האט אוועגעשטעלט הערליכע פירות. מיט צוויי יאהר צוריק האט מען געעפנט א צווייטע סניף פון די ישיבה, וועלכע ווערט היינט גערופן 'ישיבת שביל התורה' וועלכע גייט אויף די זעלבע שינעס ווי איר פארגייער.


ביז היינט איז די ישיבה נישט געווען געהעריג מסודר מיט א בנין, דארפנדיג זיך ספראווען מיט לעגאלע פראבלעמען ביי די ערשטע לאקאל אין נייעק, אן מיט אנדערע שוועריגקייטן ביי די אנדערע לאקאציע'ס, דעריבער האט די הנהלת - נאך פיל זוכן - געטראפן דעם פאסיגן שטח וואס געפונט זיך אין קארנוואל-ניו יארק, אונטער 20 מינוט פון קרית יואל, און דעם פארגאנגענעם וואך האט מען בשעה טובה ובברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געשלאסן מקח.


דער שטח איז א הערליך ברייטע שטח פון מערערע עיקער, זייער צוגעפאסט צו קענען שוין גלייך בויען די צוויי בנינים אדירים וואס מען פלאנט פאר די ישיבה. די שטח איז אפגעזונדערט פון די גאס, מיט די גאוואלדיגע מעלה אז די בחורים זאלן זיך קענען אריינווארפן כל כלו אין תורה ועבודה אן ווערן געשטערט פון די גאס.

Comments


bottom of page