דאנערשטאג פ' כי תשא • י''ג אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט צער און ווייטאג ווערט אויפגענימען די ביטערע בשורה איבער נאך א שווערע אבידה שאין לה תמורה, הגאון המפורסם רבי יוסף זאב פיינשטיין זצ"ל ראש ישיבת עמלה של תורה אין ביתר ומרבני חצר הקודש קרעטשניף וואס איז יעצט נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין בלויזן עלטער פון 54 יאהר, זיין פטירה איז א שטארקע פארלוסט פארן עולם התורה ובפרט אבל יחיד עשו לך די טויזנטער תלמידים וואס ער האט מעמיד געוועהן דורכאויס די יאהרן, און באוויינען אצינד די גרויסע אבידה, וירב בבת יהודה תאני' ואניה.
מיט די פטירה פונעם ראש ישיבה איז אוועקגעריסן געווארן א גדול בתורה, און א עובד השם מנעוריו. אריבער צוואנציג יאהר האט ער אנגעפירט די חשובע מקום תורה און היינט וועלט בארימטער ישיבה גדולה עמלה של תורה וואס ער האט אויפגעשטעלט בדמים תרתי משמע, און האט נישט לאנג צוריק איבערגעפלאנצט די ישיבה אין ביתר, זייענדיג ממשיך זיין הרבצת התורה פאר די תלמידים לאלפים וואס זענען אויסגעשטיגן אין די ישיבה וואס איז פאררעכנט פון די אויסגערופענע חסידישע ישיבות אין ארץ ישראל.
באזונדער איז זיין אבידה א פארלוסט פאר עדת חסידי קרעטשניף, ווי דער ראש הישיבה איז געווען פון די רבני ופני העדה ומהיושבים ראשונה במלכות, כל ימיו איז ער געווען אדוק ומקושר צו מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, ולמעב"ק צדיקי בית קרעטשניף, און בנוסף האט ער גענאסן פון א ספעציעלע חיבה יתירה פון פילע אדמורי"ם וגדולי ישראל.
ליידער איז געווען שקעה חמה שלא בעונתה, און דער ראש הישיבה איז ליידער קראנק געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י. אידן איבער די וועלט האבן די לעצטע תקופה כסדר מעתיר געווען פאר זיין רפואה, און מ'האט אים שוין אויך געהאט צוגעלייגט דעם נאמען 'אלתר' אלס סגולה לרפואה, אבער למגינת לבם פון די טויזנטער תלמידים האט ער מחזיר געווען נשמתו ליוצרה.
די לוויה גייט ארויס היינט ליל פורים בשעה 9:30 פון ישיבת 'עמלה של תורה' אויף רח' אוהב ישראל אין ביתר, און ארום 11:00 אין ירושלים ביי ביהמ"ד 'שבט הלוי' אויף רח' אהלי יוסף. פון דארט וועט מען באגלייטן די מיטה צום ריכטונג פון הר המנוחות וואו דער ראש הישיבה וועט געברענגט ווערן למנוחת עולמים.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'