מאנטאג פ' יתרו • י"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט בשמחת בית צדיקים ביי די חתונה אין די הויפן פון לעלוב ניקלשבורג - הארנסטייפל און זוטשקא ירושלים וואס איז געפראוועט געווארן בקול צהלה ורינה ובהמון חוגג אין די זאלן פון היכלי מלכות אין בני ברק.
די מעמד קבלת פנים האט זיך אנגעהויבן לעת ערב, ביי וועלכע מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און געהערט דברי כיבושין פון בדחנא דמלכא ר' דוד שובאקס לעורר הלבבות, דאן איז מען ארויס צום חופה ברחובה של עיר, מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מהארינסטייפל שליט"א פון ביתר, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס האדמורי"ם מזוטשקא, זוטשקא אמסנא, לעלוב בראנוביץ, הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידרמאן, אין הרה"צ ר' ישראל גאלדמאן מזוועהיל, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א, נאכן חופה האבן זיך די אדמור''ים ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, און די זיידע כ"ק אדמו"ר מהארינסטייפל שליט"א האט אנגעוואונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים.
בשעת די סעודת החתונה האבן באשיינט די אויבן אן פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, פיטסבורג, נדבורנא ירושלים, שומרי אמונים, זוועהיל ירושלים, לעלוב ב"ב, וואסלוי, קרעטשניף קרית גת, שומרי אמונים אשדוד, טעמשוואר אלעד, מיאלען, קליוולאנד, סטראפקוב, לינסק, זידיטשוב פתח תקוה און נאך.
די שמחה האט זיך פארצויגן פאר לענגערע שעה'ן בריקודין עילאין ווען חסידים ומעריצים פון אלע הויפן האבן זיך געהויבן בחדוות הלבבות לשוש ולשמוח בשמחת בית צדיקים, ווען די זיידע די הארינסטייפלער רבי און די מחותן די זוטשקא רבי טאנצן אינדערמיט און זענען מעודד די ריקודין. בשעה 11:00 איז די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט''א ערשינען צום שמחת החתונה און מפאר געווען על ראש שמחתו. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ רבי שלום אהרן אשכנזי ראש ישיבת נדבורנא מחותן מצד הכלה, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס אין קרובי המשפחה, הרבנים הגאונים שליט"א.
דאן האט מען צוגעטרויטן צו די געהויבענע מצווה טאנץ, בדחנא דמלכא ר' דוד שובאקס האט אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מהארינסטייפל שליט"א, דאן האט מען אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א, נאכן זינגען די לעלובער ניגון 'מגן אבות' האט די רבי שליט"א אפגעראכטן די עבודת הריקודין בשרעפי אש קודש, דערנאך האט מען אויסגערופן די מחותן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט''א וואס איז געטאנצן לפני בתו הכלה בהתרוממות הנפש, און דערנאך די פעטער'ס האדמורי"ם והרבנים לבית זוטשקא, די פעטער'ס האדמורי"ם והרבנים לבית לעלוב בראנוביץ, די חושבע מחותנים אין צום לעצט - חתן וכלה. עס איז שוין געווען 3:30 פארטאגס ווען עס האט זיך געשלאסן די שמחה הרוממה.
Comments