top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נפטר געווארן הגה"ח רבי מאיר ווערטהיימער ז"ל לאנג-יעריגער ראש ישיבה לצעירים באיאן אין ירושלים

מוצ"ש פ' בהר בחקתי - כ"ב אייר תשפ"ג | קול בחצרות


ברוך דיין האמת


דעם ערב שבת האבן תלמידי וחסידי באיאן ערהאלטן די שווערע בשורה על סילוקו של האי גברא רבא הגאון החסיד רבי מאיר ווערטהיימער זצ''ל ראש ישיבה לצעירים דחסידי באיאן וואס איז דעם ערב שבת נפטר געווארן אין עלטער פון 83 יאהר.


דעם חשובער נפטר האט העכער א יובל יאהרן מרביץ תורה געוועהן אין די באיאנער ישיבה לצעירים אין בתי אונגארין אין ירושלים ווי ער האט אין לויף פון די יאהרן מעמיד געוועהן טויזנטער תלמידים בדרך התורה, דער ראש ישיבה איז געווען באקאנט מיט זיין איידעלקייט און ליבליכע צוגאנג צו יעדן תלמיד, די בחורים אין ישיבה זענען געווען צו אים צוגעבינדן בעבותות אהבה, און געשעפט פיל תורה און חסידות פון זיין רייכע קוואל.


ער איז געוועהן אדוק ומקשור צו יבלחט''א כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א אין פלעג אפט זיך מסתופף זיין ביי די טישן אין מאורעות בחצר הקודש.


ער לאזט איבער נאך זיך א הערליכע דור, קינדער אין אייניקלעך וועלכע טוהן אנהאלטן זיינע דרכים.


די לוי' גייט ארויס היינט מוצאי שבת פארנט פון די באיאנער ישיבה אויף רחוב מלכי ישראל אין ירושלים אויפן וועג צום הר המנוחות ווי ער וועט געברעגנט ווערן למנוחת עולמים.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

Comments


bottom of page