דאנערשטאג פ' בהר בחקתי - כ' אייר תשפ"ג | קול בחצרות
נעכטן מיטוואך נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעפלויגן קיין ראוד איילענד ווי די רבי האט מבקר חולה געוועהן ביי די רעבעצען הרבנית סאטמאר תליט''א וואס געפונט זיך דארט א קורצע צייט אויף א רפואה באהאנדלונג.
מיטאג צייט ארום 1:30 האט די רבי שליט"א פארלאזט בית נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד פון ווי די רבי איז אפגעפלויגן מיט א פריוואטע פליגער קיין ראוד איילענד א וועג פון א האלבע שעה, אין ארום 5 אזייגער נאכמיטאג האט די פריוואטע פליגער געלאנדעט צוריק אין סטוארט לופטפעלד ווי די רבי שליט"א האט זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
Comments