top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הַשִּׂמְחוֹת הַכְּבֵדִים בַּצָּרָה: אייגענארטיגע שמחה אין ירושלים ביום החתונה פון נכד גאב"ד טאהש מאנסי מריחוק מקום

מאנטאג חיי שרה • י"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר

 

א אייגענארטיגע שמחה איז פארגעקומען אין ירושלים עיר הקודש, וואו פילע מבני ירושלים חסידים ואנשי מעשה האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פון כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א לכבוד די חתונה פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען בו ביום אין ניו יארק, וואו דער רב האט זיך ליידער נישט געקענט משתתף זיין בגופו נאכדעם וואס דער רב שליט"א ווערט דערווייל ליידער פארהאלטן אין ארץ ישראל, דורך ציוניסטישע ראבינאט, וועלכע האבן זיך פארלייגט אויפן רב שליט"א מיט עטליכע חדשים צוריק ווי ברייט באריכטעט. לכבוד דעם האבן זיך איינגעזאמלט פילע ידידם ומעריצים אויף א מסיבת לחיים זיך מיטצופרייען בשמחתו פונעם רב שליט"א מריחוק מקום וקירוב הלב. 


די שמחה איז פארגעקומען אין די ברסלובער שוהל אנשי מעמד, בכלי שיר וזמר, נאכן וואונטשן לחיים האט דער רב שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש ארומרעדנדיג איבער די נסיונות פון אברהם אבינו ע''ה און דער לימוד דערפון פאר יעדן איד בייצוקומען זיינע אייגענע נסיונות און שוועריקייטן, דער רב האט באטאנט אז מען דארף דאנקן און יעדן מצב און דאס אליין אז מען איז פארהאלטן אין ארץ ישראל איז אליין א חסד, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים וועלכע שטיין צו די האנט, ובפרט די גוטע פריינד וועלכע האבן אהערגעשטעלט די היינטיגע שמחה. ביים ענדע האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.




Comments


bottom of page