מיטוואך פ' משפטים • כ"א שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

קלארע און שטייפע דיבורים איז געהערט געווארן דורכן פוסק הדור מרן הגאון הגדול רבי משה שטערנבוך שליט"א, בדברים קילורין לעינים, נאך זיין ווענטליכע שיעור דעם פארגאנגענעם ערב שבת קודש פ' יתרו – קבלת התורה בביתו נאוה קודש, וואו דער גאון האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז א יעדע מחשבה אדער געפיל אז "מיר זענען שטארק", אדער אז דער מיליטער איז שטארק, זאל מען וויסן אז קיין שום גוטע זאך קען נישט ארויסקומען דערפון, ווייל דער איינציגסטער ווער עס קען אונז העלפן איז נאר דער אייבערשטער, און ווען משיח צדקינו וועט קומען וועט מען דעמאלטס אנערקענען אז קיין שום זאך האט אונז נישט געקענט העלפן נאר דער אייבערשטער אליינס!.
דא האט זיך דער פוסק הדור שליט"א באצויגן איבער דער נייע אמטירענדער פרעזידענט פון אמעריקא "טראמפ" יר"ה, וואס זינט ער איז אריינגעקומען אין אמט מיט עטליכע וואכן צוריק, האט ער פארשפראכן אז ער וועט ברענגען שלום אין די מיטל מזרח, און ער וועט פארטרייבן אלע טעראריסטן פון עזה מיטן דאס צוריק איבערבויען אלס א טייל פון די אמעריקאנער הערשאפט, און גאר אסאך מענטשן פארלאזן זיך אויפן אמעריקאנער פרעזידענט אז ער קען אונז העלפן. דא האט דער פוסק הדור שליט"א אויסגעשריגן: די אלע מענטשן וועלכע פארלאזן זיך אויפן אמעריקאנער פרעזידענט זיי זענען מעכב די גאולה! און מיר דארפן צו וויסן אז דער איינציגסטער אויף וועמען מיר קענען זיך פארלאזן איז נאר דער הייליגער באשעפער דער "אפס עצור ועזוב", פונעם אמעריקאנער פרעזידענט וועט נישט קומען דער ישועה! נאר פונעם אייבערשטן אליינס וועט קומען דער ענטגילטיגע ישועה בכלליות ובפרטיות!.
תגובות