top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האד' מסקווירא וועט אריבערגיין מארגן קאמפליצירטע אפעראציע

דינסטאג פ' בא • כ"ח טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


 

חסידי סקווירא זענען היינט פארבעטן געווארן צו מתפלל זיין און אינזינען האבן הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בנו יקירו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכער איז ערווארטעט מארגן מיטוואך אריבערצוגיין א פאראויס-געפלאנטער אפעראציע אין שפיטאל, צו פארמיידן אומגעוואונטשענע געזונטהייט קאמפליקאציעס.


מטעם דער בית דין צדק ד'שיכון סקווירא איז היינט ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה ובקשה פאר חסידי סקווירא בכל מקום שהם צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים בשעת די אפעראציע מארגן פארמיטאג ביום המסוגל ערב ראש חודש שבט. אין אלע סקווירא בתי מדרשים וועט מען מרבה זיין בתפילה אז די פראצעדור זאל דורכגיין כשורה אן קיין שטרויכלונגען.


הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטערע וואכן אין קאליפארניע במחיצת אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט נעכטן איידערן אהיימקומען קיין ניו יארק זיך געזעגענט און גענימען דעם ברכת הקודש פון מר אביו צום געפלאנטע אפעראציע. דער נאמען צו מתפלל זיין איז הרה"צ ר' יעקב יוסף בן חיה חנה לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.


Comments


bottom of page