מוצאי שבת פ' נשא • ט' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: קול ברמה
דעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים וואו די רבי האט פוקד געוועהן דער ציון הק' פונעם זיידן דער 'אהבת ישראל' זי"ע לכבוד די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן דעם שבת ב' סיון. פון דארט איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין עיה"ק ירושלים אויף א תפילה ביים כותל המערבי בראש קהל חסידיו, די רבי האט דארט געדאווענט מעריב נאכגעפאלגט מיט ספר רביעי אין תהילים, דערנאך האט זיך די רבי אויסגעדרייט צו די חסידים און מען האט געזינגען ווארימע ניוני ציפייה לגאולה בעת די רבי איז מעודד די ניגונים מיט גרויס התרגשות.
Comentarios