זונטאג פ' כי תבוא • י"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט זונטאג איז כ"ק אדמו"ר ממאדזיץ שליט"א ערווארטעט דורכצוגיין א פראצעדור אויפן הארץ אין שפיטאל. דאס קומט נאכדעם וואס די רבי שליט"א ליידט די לעצטע תקופה פון א שוואכקייט און מיחושים אויפן הארץ און איז די פארלאפענעם דינסטאג דורך א סטענט פראצעדור אויפן הארץ וואס איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט הצלחה.
די לעצטע דאנערשטאג איז די רבי שליט"א ב"ה אהיימגעקומען פון שפיטאל, און איז טראץ די שוואכע כוחות אריינגעקומען די שבת צו אלע תפילות און טישן כסדרן, היינטיגן זונטאג איז געפלאנט נאך א פראצעדור אויפן הארץ מיטן האפענונג אז די רבי שליט"א וועט ווי אמשנעלסטן צוריק קומען צו די כוחות.
אין א מודעה וואס איז ארויסגעשיקט געווארן פאר חסידי מאדזיץ דורכן משמש בקודש הרב אריה באנקראט הי"ו האט ער געמאלדן אז אין די נאנטע תקופה וועט נישט זיין קיין קבלת קהל, און דערביי געבעטן פון די חסידים מתפלל צו זיין למען בריאותו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א מרן חיים שאול בן ביילא רחל לרפואה שלימה.
אויך איז געמאלדן געווארן אז די בר מצווה פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, וואס האט געזאלט פארקומען היינט זונטאג איז אפגעשטופט געווארן אויף דעם קומענדיגן דאנערשטאג בהיכל ביהמ"ד הגדול מאדזיץ אין בני ברק.
Comments