דאנערשטאג פ' בא • ח' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א באריכט פון די געהויבענע הילולא קדישא פונעם צדיק מפורסם אוהבן של ישראל הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע, ז' שבט אין שטאט לעלוב פוילין בראשות נכדו ממשיך דרכו בקודש כ''ק האדמו''ר מלעלוב שליט''א.
ווי יאר יערליך איז די לעלובער רבי ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו פראווענען די הילולא קדישא סמוך ונראה צום ציון הק' אין שטאט לעלוב אין פוילין, דאס יאהר האט זיך אנגעזעהן א ציבור עצום פון טויזנטער אידן וואס זענען געקומען צו פארן פון ארץ ישראל און פילע אנדערע שטעט.
דינסטאג נאכט בליל ההילולא נאך מעריב האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים אינעם ביהמ''ד אינעם בנין הכנסת אורחים אין מכבד געוועהן עטליכע חסידים צו דערציילן סיפורים ועובדות פונעם בעל ההילולא. זונטאג אינדערפרי בעצם יומא דהילולא קדישא האט דער רבי ווידער אפגעראכטן א לחיים טיש נאכן דאווענען און פארציילט סיפורי צדיקים.
ארום צען דרייסיג פארמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום ציון הק' און אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות, העכער דריי שעה זענען הונדערטער אידן געשטאנען צונויפגעשטופט און געזאגט פרקי תהלים מיט בכיות נוראות אויספועל'נדיג אלעס גוטס. דערנאך איז געפראוועט געווארן די מעמד ההדלקה כנהוג, דער זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הנגיד ר' משה גרינהוט פון אנטווערפען פאר א סכום הגון, און דער גאנצער ציבור האט געטאנצן לעבעדיג א לענגערע צייט.
שפעטער אין טאג איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פארן נייעם בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק' וואס וועט שטיין צום דינסט פאר די הונדערטער עולים לציון רונדע דעם יאהר אין בפרט אין די טעג ארום די יארצייט.
ארום פיר אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום צענטראלן יארצייט טיש אינעם גרויסן שאטער, די טיש האט זיך פארצויגן פאר בערך זעקס שעה, מיט ניגוני דביקות והתעוררות אין פרייליכע ריקודין של שמחה, איין לאנגע קייט פון התרוממות הנפש און שמחה דקדושה, במשך דעם טיש האט דער לעגענדארער עסקן און משמש בקודש הרב שמחה קרקובסקי אויפגעטראטן, ר' שמחה האט באגריסט די מעיאר פון שטאט לעלוב וועלכע שטייט כסדר צו די האנט, אין געבעטן דעם ציבור זיך אנצורופן ווארעם פארן הכנסת אורחים אפאראט אין לעלוב צו קענען ווייטער באדינען דעם ציבור געטריי. עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט ווען די רבי שליט''א האט געבענטשט על הכוס און דער ציבור האט זיך אנגעהויבן גרייטן צוריקצופליען אהיים מיט פילע זעק פון השפעות ברוחניות ובגשמיות.
אויף דעם שבת וועט די רבי שליט''א וויילן אין ליזענסק מיט אן ענגע קרייז חסידים אין פראווען דעם שבת סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם הייליגן ר''ר אלימלך זי''ע.
Comments