דאנערשטאג פ' וישב • כ"ד כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
בכבוד הראוי האבן תושבי טאראנטא מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א געהויבענע ביקור חיזוק אין שטאט מחזק צו זיין די ארטיגע אידנטום, און אריינבלאזן עמערס פון חיזוק און השפעות פאר די תושבי העיר.
די הויכפונקט פונעם געהויבענעם באזוך איז געווען די גרויסע שבת אין שטאט טאראנטא, וואס איז געפראוועט געווארן מיט א זעלטענע התעלות מבואו ועד צאתו, אינעם ריזן זאל אין בנין בית יעקב, במקהלות אלפי תושבי העיר וואס זענען געקומען זיך דערווארעמען בצילא דמהימנותא, דער רבי שליט"א האט געהאט די אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' פייוויש העללער מגדולי תומכי המוסדות, און לאנגיעריגער בעל אכסניא פון הרה"ק מסקולען זי"ע.
דאנערשטאג נאכמיטאג איז דער רבי אפגעפלויגן מיט א פליגער פון ניו דזשערזי קיין טאראנטא, אנקומענדיג איז דער רבי צוגעפארן לבית האכסניא, און אויפגענומען א געקליבענע צאל נגידים לעצה ולברכה.
שפעטער ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרב הגאון ר' יו"ט ליפא פריעדמאן ראש כולל קול יעקב, וואו עס איז פארגעקומען א מלכות'דיגע קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן מיט די באטייליגונג פון הונדערטער תושבי העיר, דער רבי איז אנטפאנגען געווארן בשירה וזמרה, און פארגעזינגען ניגוני קודש מאוצרו הטוב, דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און די הונדערטער באטייליגטע זענען אריבער שלום נעמען ביים גרויסן גאסט.
פרייטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבת משכן התורה ד'באבוב, נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א לחיים טיש, געזינגען ניגוני תורה און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, דערנאך האט דער רבי פארטיילט לעקאך פאר די רמ"י ומחנכי הישיבה, און די בחורים זענען אריבער שלום נעמען.
פון דארט איז דער רבי אנגעקומען צום שטאטישן תלמוד תורה יסודי התורה, וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי התלמוד תורה. דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי חיזוק פאר די קינדער, פארטיילט שיריים פאר די מלמדים, און זיך אויפגעשטעלט אין א לעבעדיגע טאנץ.
אויף שבת קודש זענען געקומען צו פארן איבער הונדערט געסט פון לעיקוואד און אנדערע שטעט, מיטצוהאלטן די געהויבענע שבת בצל הקודש, די תפילות און טישן זענען פארגעקומען אין די בנין פון בית יעקב, וואו עס איז אהערגעשטעלט געווארן א ספעציעלע היכל צום דאווענען, און א באזונדערע היכל פאר די טישן מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור המשתתפים. הונדערטער תושבי העיר האבן באלאגערט דעם זאל ביי די תפילות און טישן זיך צו דערווארעמען בצל הקודש אויפן סקולענער שטייגער, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי פראוועט א שבת אין שטאט טאראנטא.
פרייטאג צונאכטס האט דער רבי געדאווענט קבלת שבת פארן עמוד, און דערנאך זענען הונדערטער תושבי העיר אריבער וואונטשן גוט שבת און שלום געבן פארן גרויסן גאסט. די סעודה פאר די געסט איז פארגעקומען אין א באזונדערע זאל אינעם בנין בית יעקב, וואו עס האט אויפגעטרעטן בנו הגדול פון רבי'ן הרב גבריאל יודא פארטוגאל.
ניין אזייגער ביינאכט איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש, פארגעזינגען די זמירות כנהוג אויפן סקולענער נוסח, דער רבי האט קידוש געמאכט און משמיע געווען דברות קודש. עס האבן זיך אנגעזעהן גדולי רבני העיר וואס זענען מכובד געווארן מיט ניגונים, און מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען בנו הגדול הרב גבריאל יודא.
שבת אינדערפרי זענען די עליות פארקויפט געווארן פאר גרויסע סכומים לטובת החזקת המוסדות, דער רבי האט געדאווענט מוסף, און דערנאך אפגעראכטן א קידושא רבא און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש. מיטאג טיש האט דער רבי געפירט בבית האכסניא, וואו עס האט זיך באטייליגט א גרויסע ציבור חסידים און תושבי העיר.
ביי שלש סעודות האט זיך ווידער אנגעזעהן א ריזן ציבור תושבי העיר, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש דברי חיזוק והדרכה. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און נאך מעריב געמאכט הבדלה. שפעטער ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' יואל גראס און אפגעראכטן די סעודת מלוה מלכה, און דערציילט סיפורי צדיקים.
זונטאג האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים, און דער רבי האט אפגעשוירן א חאלאקע אינגל א קינד פון איינער פון די חשובע מתפללים אין ביהמ"ד. שפעטער איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביקור חולים ביי כ"ק אדמו"ר משאץ ויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, וועלכער געפונט זיך די טעג אין שטאט טאראנטא. מנחה און מעריב האט דער רבי געדאווענט אין באבובער בית המדרש, און דורכן טאג האט דער רבי באשיינט א רייע מסיבות און באנקעטן לטובת די מוסדות, און אויפגענומען די תושבי העיר לעצה ולברכה.
Comentários