top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יברך את בית אהר"ן • הגה"צ ר' אהרן מאיר פארטוגאל שליט"א געקרוינט אלס ממלא מקום אביו הרה"ק מסקולען זצ"ל

דינסטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

וְאַתָּה הַקְרֵב אֵלֶיךָ אֶת אַהֲרֹ"ן מִתּוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵ"ל לְכַהֲנוֹ לִי: שטייענדיג אין די ימי האבילות פון כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, טוען חסידי סקולען זיך מחזק זיין אין די לעכטיגע המשכה וואס דער רבי זצ"ל לאזט איבער נאך זיך, און מיט שטורמישע געפילן ורגשי נחמה איז היינט נאכמיטאג אויפגענומען געווארן די פריידיגע בשורה אז בנו הגדול פון רבי'ן יבלחט"א כ"ק הגה"צ רבי אהרן מאיר פארטוגאל שליט"א איז אויפגענומען געווארן למלאות מקום אבותיו הקדושים ולכהן פאר תחת אביו באדמורו"ת סקולען, וואו דער רבי שליט"א וועט ווייטער אנפירן די עדה הקדושה און משפיע זיין תורה וחסידות במדה גדושה, און פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער.


די בשורה איז געמאלדן געווארן נאכדעם וואס די ראשי וטובי קהלות 'ישועת ישראל סקולען' פון בארא פארק און 'נצח ישראל סקולען' אין וויליאמסבורג, וואו דער רבי זצ"ל האט געדינט אלס מנהיג קהל עדת ישורון, האבן אין די יעצטיגע נאכמיטאג שעה'ן לפני קהל ועדה אויפגענימען דעם רבי'ן שליט"א בכתר האדמור"ות, כפי רצון קדשו וואס דער סקולענער רבי זצ"ל האט אויסגעדרוקט פאר די ראשי הקהילה אז בנו הגדול כ"ק הגה"צ ר' אהרן מאיר שליט"א זאל זיין ממלא מקומו. די הנהלת הקהלות האבן דערביי פארבעטן דעם רבי'ן שליט"א אז ער זאל ווי פריער אננעמען דעם התמנות למען לא תהי' עדת ה' כצאן אשר אין להם רועה, און דער רבי שליט"א איז נעתר געווארן לבקשתם און האט אנגענומען דעם התמנות להנהיג עדת חסידי סקולען האפנטליך ביז משיח'ס טאג.


דער סקולענער רבי שליט"א איז געבוירן געווארן בשנת תשל"ח אין מאנטריאל צו זיין פאטער כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, ער האט נאך זוכה געווען אלס קליין קינד חוסה צו זיין בצל קדשו פונעם גרויסן עלטער-זיידן הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל וועלכער האט אים נאך אפגעשוירן ביי די דריי יאר, דער רבי שליט"א האט אלס געלערנט אין די סאטמארער תלמוד תורה אין מאנטריאל, וואו ער האט פון זיינע גאר פריע יארן שוין זיך אויסגעצייכנט מיט זיין געוואלדיגע התמדה בתורה און אצילות ויראת שמים ווי עס פאסט זיך פאר א קינד פון אזא הייליגע שטוב, צווישן אנדערע איז ער אלס קליין יונגל געווען בקי אין תרי"ג מצוות פון אויסענווייניג.


בשנת תשנ"ח איז דער רבי שליט"א געווארן אן איידעם ביי זיין פעטער הגה"צ ר' שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א אבד"ק טערניווא אין מאנסי, נאך די חתונה האט דער רבי זיך באזעצט אין מאנסי וואו ער וואוינט אלע יארן, און זיצט על התורה ועל העבודה בהצנע לכת אויף א באשיידענעם פארנעם.


דער רבי איז באוואוסט אלס תלמיד חכם עצום און געהויבענער יונגערמאן, ביי חסידי סקולען ליגט אין זכרון פון אלע יארן ווען דער רבי שליט"א פלעגט פון אלס יונגער בחור קומען זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון גרויסן זיידן דער רבי בעל מאור ישראל זצ"ל וואו די חסידים פלעגן באטראכטן דעם יונגן אייניקל וואס האט אריינגעקאכט אין די הייליגע תפלות און טישן מיט א געוואלדיגן ברען. דער רבי שליט"א איז באקאנט ביים גאנצן צבור חסידי סקולען מיט זיין איידלקייט און צוגעלאזנקייט צו יעדן איינעם, א גאון במדות טובות מיט א ווארעם הארץ און געפיל פאר יעדן דורש ומבקש.


ווי נאר דער ציבור איז נתבשר געווארן מיט די בשורה האבן כולם כאחד באהבה ורצון מקבל מרות געווען פונעם נייעם רבי'ן ברא כרעא דאבוה, מיט אן הכנעה און התבטלות גמורה, ולאורו נסע ונלך עד ביאת הגואל במהרה בימינו. אין די קומענדיגע טעג און וואכן וועלן געמאלדן ווערן מער פרטים איבער די אפיציעלע הכתרה פונעם נייעם רבי'ן שליט"א, און ווען דער רבי שליט"א וועט זיך אריינציען וואוינען בבית אביו דער רבי זצ"ל להנהיג קהל עדתו.


יברך את בית אהר"ן! למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל



1 Yorum


מזל טוב

Beğen
bottom of page