דינסטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
אשרי עין ראתה קהל קדושים ששים ושמחים בשמחת בית צדיקים, מיט געהויבענע געפילן פון התרוממות של שמחה, האבן זיך טויזענטער חסידים ואנשי מעשה מיטגעפריידט לענגערע שעות תחת קורת גג אחד ביי די חתונה הגדולה אין די הויפן פון באיאן און וויזניץ, שווערע טויזענטער אידן האבן איבערגעפולט די ריזן היכל בית ויזניץ אין שיכון ויזניץ בני ברק צו זיין א טייל פון די גרויסארטיגע רעבישע שמחה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, א זון ביי חתנו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא שליט"א, מיט די כלה אייניקל פון הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, טאכטער פון זיין זון הרה"ג ר' יעקב שמשון ארנסטר איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר כ"ץ שליט"א ראה"כ ש"ס אין רמת וויזניץ חיפה.
טויזענטער חסידים פון ביידע הויפן און נאך פילע אידן האבן געשטראמט קיין קרית ויזניץ דורכאויס די גאנצע נאכט, טראץ די גרויסקייט פונעם היכל און די פילע פארענטשעס וואס מ'האט צוגעגרייט, זענען די עסקנים געווען געצווינגען צוצולייגן נאך פארענטשעס אין אלע ווינקלען בשעת די חתונה, צו פארגרינגערן די שרעקליכע געדרענג וואס האט געהערשט צווישן דעם מאסיוון עולם. די גרויסע היכל השמחה איז געווארן צוטיילט שווה בשווה צווישן ביידע הויפן, בשירה וזמרה האבן מהנה געווען די קאפעליעס פון ביידע חצרות הקודש, זינגענדיג די ניגוני קודש לבית וויזניץ און באיאן.
אום 4:30 זענען די אדמורי"ם שליט"א אינאיינעם מיט די אנדערע זיידעס און מחותנים ערשינען צום מעמד קבלת פנים, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב מארין פארק שליט"א, א פעטער פון די חתן איז מכובד געווארן צו ליינען די תנאים.
דער בדחן ר' חיים געטער הי"ו מחסידי באיאן האט אויפגעטרעטן מיט גראמען און דברי כיבושין, זייענדיג מעורר זכות אבות הקדושים וואס קומען אראפ משמי מעל, און אויסגערעכנט די זיידע'ס תלמידי הבעל שם טוב הקדוש ותלמידי תלמידיהם אין אלע דורות זיידעס משני הצדדים.
דערנאך זענען די אדמורי"ם ארויס צום באדעקן אין די זאל פון מלון וויזניץ און דאן איז דער גאנצער ציבור ארויס צו די חופה ברחובה של עיר, אויף רח' טל חיים אין צענטער פונעם קריה נאמנה, וואס איז געווען שווארץ פונעם ריזיגן ציבור וואס האָט מיט אן ערענסטקייט מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן, מען האט געזינגען ניגוני דבקות און די התעוררות איז געווען עד לב השמים. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די פעטער און בעל האכסניא פון די שמחה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, עדי קידושין זענען געווען הגאון רבי הערשל ראבינאוויטש ראש ישיבת באיאן און הגאון רבי ישראל מילער חבר בד"ץ וויזניץ, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד החתן הגה"צ רבי מאיר ברוך הורוויץ אב"ד לינסק ב"פ, ברכות ראשונות: די זיידעס הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ, הגה"צ רבי מאיר כץ און די פעטער כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב חאדרוב שליט"א, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, נאכן חופה איז מען ארויס אין א פייערדיגע מחול לצדיקים אלע זיידעס און פעטער'ס האדמורי"ם והרבנים לקול תרועת השמחה.
תיכף נאכן חופה איז דער גאנצער עולם אריין אינעם גרויסן ביהמ"ד וואו עס איז געווען צוגעגרייט די סעודת החתונה אויף א ברייטער פארנעם, איינגעטיילט אויף א מייסטערהאפטיגן סדר איש על מחנהו ואיש על דגלו.
אום 8:30 איז די וויזניצער רבי שליט"א ערשינען אינעם גרויסן היכל און אנטפאנגען געווארן לקול תרועת השמחה, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן שוואגער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ, און א האלבע שעה דערויף איז די געהויבענע זיידע די באיאנער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד במקהלות אלופי אלפי החסידים.
בשעת ווען דער חתן איז ערשינען צום שמחת החתונה, האבן זיך די אדמורי"ם ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה מיטן חתן, דערנאך האט מען אויפגעגעבן די מאכלים, די באיאנער רבי האט גענימען שיריים פונעם וויזניצער רבי'ן, און די אדמורי"ם האבן געטרינקען לחיים, די וויזניצער רבי האט געוואונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים, און די באיאנער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר אלע פארזאמלטע. דערנאך איז די חתן אראפ טאנצן אין צענטער פונעם זאל ווי די וויזניצער רבי האט געהייסן די בחורים פון ביידע הויפן אראפצוקומען טאנצן בשמחת חתן, בשעת די אדמורי"ם האבן מעודד געווען די ניגונים מיט גרויס התלהבות. בעת די ריקודין איז דער וויזניצער רבי געטאנצן א לעבעדיגע טאנץ אויפן לעלובער ניגון בעוז ותעצומות, וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בשלהבת אש קודש, שוועבנדיג אין העכערע ספערן אין די עולם השמחה.
פארן בענטשן האט מען אויפגערופן בפקודת הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אז אלע וויזניצער בחורים בלי שום יוצא מן הכלל זאלן פארלאזן דעם ביהמ"ד און צוריקגיין אין די ישיבות, הערנדיג די הכרזה האט די באיאנער רבי שליט"א געבעטן אז אויך די באיאנער בחורים זאלן פארלאזן דאס ביהמ"ד נאך איידער די מצוה טאנץ.
דורכאויס די גאנצע שמחת החתונה האבן זיך באטייליגט צענדליגע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם לבית רוזין מקאפיטשניץ - וואסלוי און בוהוש, האדמורי"ם מסערט וויזניץ, וויזניץ בית שמש, פרימישלאן, לויצק, ספינקא רמת אהרן, הגאון הגדול רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון, הגה"צ רבי מרדכי ברים, הרה"צ רבי אהרן טויסיג און הגה"צ רבי שמחה רבינוביץ בעל פסקי תשובות.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די פעטער פון חתן און כלה הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער, און מיט די שבע ברכות זענען מכבוד געווארן, די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב באלטימאר שליט"א, הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים, הגה"צ אב"ד מאור חיים צפת, הגה"צ אב"ד סערט וויזניץ ירושלים און הגה"צ רבי יוסף באב"ד מלפנים דומ"ץ בעלזא לאנדאן, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א מחותן מצד החתן.
כחצות הלילה איז מען צוגעטראטן צו די געהויבענע מצוה טאנץ, ווען בדחנא דמלכא ר' חיים געטער האט אויפגערופן דעם באיאנער רבין שליט"א צום מצווה טאנץ, נאכן גראמען האט מען געזינגען די ניגון הכנה, און מיט פידלעך האט מען אפגעשפילט די מסורה'דיגע ניגון פון יעקב אבינו כנהוג, דאן איז דער באיאנער רבי אראפ אין צענטער פון זאל און צוגעטרעטן צו די עבודת הריקודין, אין די צייט וואס אלע חסידים הייבן זיך מלא שמחה והתרגשות, דערנאך איז די רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך באזונדערע טענץ מיט די זיידעס און די מחותן אבי הכלה, א ספעציעלע פייערדיגע ריקוד מיט די פעטער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, א באזונדערע ריקוד מיט חתנו הגדול כ"ק האדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא שליט"א, א רינג מיט אלע פעטער'ס האדמורי"ם והרבנים לבית זידיטשוב שיקאגא, דערנאך מיט כל יוצאי חלציו קינדער און אייניקלעך משפחת המלוכה, און א עקסטערע טאנץ מיט די אייניקלעך די קינדערלעך, צום שלוס איז דער רבי ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו הגדול הרב ישראל אברהם ברייאר הי"ו.
די רבי איז צוריק ארויף אויפן בימת הכבוד ווי די רבי האט אנגעוונטשן מברכות קדשו און זיך ווארעם באדאנקט פארן וויזניצער רבי'ן אויף די אכסניא של כבוד זייענדיג מסיים מיטן ברכה יאריך ימים על ממלכתו, דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' פנחס גרינפעלד אויפגערופן דעם געהויבענעם פעטער דער ראש העדה מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, א לענגערע צייט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי איז געטאנצן לפני הכלה בשלהבת אש קודש נאכן טאנצן מיטן חתן האט דער וויזניצער רבי געטאנצן מיט די זיידעס און מחותנים יעדער באזונדער. דערנאך
האט מען אויסגערופן די זיידעס הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ, הגה"צ רבי מאיר כץ, און די מחותנים, עס איז שוין געווען נאך דריי אזייגער ביינאכט ווען מען האט פארענדיגט די שמחה הרוממה מיט פיל השפעות טובות.
Comments