top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מפינסק קארלין ביים פירות טיש חמשה עשר בשבט אין שטאט וויליאמסבורג

מיטוואך פ' משפטים • כ"א שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו האט דעם דאנערשטאג חמשה עשר בשבט, מעריך געוועהן דעם שולחן הטהור לכבוד ראש השנה לאילנות אין שטאט וויליאמסבורג אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' מרדכי הערש רעטעק הי"ו, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די תושבי העיר להסתופף בצל הקודש, בזמן שהצדיק בעיר.


דער רבי שליט"א האט משמיע געוועהן דברי תורה מעניני דיומא און דערנאך פארטיילט פון די פירות פאר אלע משתתפים, נאכן טיש האט מען זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד של שמחה לכבוד היום, און דער רבי האט אנגעוואנטשן דער בעל האכסניא ובני משפחתו.




Comments


bottom of page