זונטאג פ' קרח • כ"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
וזרח השמש, ואוהביו כצאת השמש בגבורתו! אן אויסטערלישע קידוש ה' הילעכט אפ אינעם עולם החסידות נאך די דראמאטישע היסטארישע הכתרה וואס איז אויסגערופן געווארן בשעת די מסע הלוי' פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, ווען די כס האדמורו"ת איז בטוב עין איבערגעגעבן געווארן צווישן די ברידער האדמור"ים והרבנים שליט"א מיט א זעלטענעם וויתור וענוות חן.
די הכרזה איבער'ן ממלא מקום איז געמאכט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' שלמה זלמן קליין ראה"ק דחסידי קאסוב ואיש אמונו פונעם רבי'ן ז"ל, איבערגעבנדיג רצון קדשו פונעם רבי'ן אז דער עלטערער זון הרה"צ רבי יעקב שמשון שליט"א זאל איבערנעמען אלס כ"ק אדמו"ר מקאסוב אין די צענטראלע קהלה און ביהמ"ד אין בארא פארק, און דער יונגערער זון הרה"צ רבי מענדל דוד זאל איבערנעמען אלס כ"ק אדמו"ר מקאסוב אין ארץ ישראל.
די טויזנטער מלווים זענען עטליכע מינוט דערויף געכאפט געווארן אין שאק, ווען דער נייער רבי המכהן תחת אביו אין בארא פארק, הרה"צ רבי יעקב שמשון, האט ביי זיין הספד מכתיר געווען זיין יונגערער ברודער הרה"צ רבי מענדל דוד, זאגנדיג מיט גרויס ענוה אז "דער טאטע איז געווען אן אדם הגדול בענקים וואס האט איבערגעלאזט א מורא'דיגער חלל וואס איך קען מיר נישט מצמצם זיין עס אנצופילן, אבער מיין ברודער ר' מענדל דוד איז יא ראוי צו זיין ממלא מקום, ער איז ראוי צו זיין א רבי און פירן דעם ביהמ"ד און די קהלה דא אין בארא פארק". אין א בחינה פון אין מסרבין לגדול, איז מיט דעם באשטימט געווארן די המשכת העדה און ממלא מקום בכס אדמורו"ת קאסוב, ווען הרה"צ רבי מענדל דוד שליט"א איז געקרוינט געווארן לכהן תחת אביו, און משפיע זיין מאור תורתו וצדקתו אלס כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל.
הרה"צ רבי מענדל דוד שליט"א איז געבוירן בשנת תשמ"ד אין דעם גרויסן שטוב פונעם קאסוב'ער רבי'ן זצ"ל, וואו ער האט געאטעמט קדושה וטהרה און תורה וחסידות אויף א געהויבענעם פארנעם. אלס בחור איז ער געשטיגן במעלות התורה ויראה אין די וויזניץ מאנסיע ישיבה אין גיבערס, וואו ער האט שוקד געווען על דלתי התורה מיט אן אויסטערלישע התמדה.כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, ביי די חתונה הגדול אום חודש כסליו תשס"ד אין ארץ ישראל האבן מפאר געווען על ראש השמחה דער גרויסער עלטער זיידע הרה"ק בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצ"ל.
נאך די חתונה האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן זיין קייט פון הרבצת התורה, אין רמת וויזניץ אין חיפה, צוערשט אינעם כולל מתיבתא להוראה אין סערט וויזניץ, און עווענטועל איז ער אויפגענומען געווארן אלס ר"מ אין ישיבה 'יחל ישראל' סערט וויזניץ, וואו ער האט דורכאויס די יאהרן מעמיד געווען הונדערטער תלמידים הגונים. אין לויף פון די יארן איז רבי מענדל דוד געווארן אן אדרעס פאר יונגעלייט און בחורים וועלכע האבן ביי אים נהנה געווען עצה ותושי' און זיך אנגעשעפט מבארו תורה וחסידות.
מיט עטליכע יאר צוריק, ביי די קאראנא תקופה, און די בתי מדרשים זענען געווארן פארשלאסן, האט רבי מענדל דוד מייסד געווען אין זיין שטוב אן אייגענעם מנין, וואס איז שנעל פארוואנדלט געווארן ווי א קהלה פאר זיך, מיט פילצאליגע בחורים און יונגעלייט וואס זענען געווארן שטארק אדוק ומקושר און עס האט זיך אנגעהויבן א נייע לעכטיגע תקופה פון ווארעמע תפילות און געהויבענע התוועדות'ער בראשות פון רבי מענדל דוד שליט"א. צוויי יאר צוריק, חודש אב תשפ"ב האט רבי מענדל דוד זיך געצויגן פון חיפה קיין ירושלים, וואו ער וואוינט ביז היינט אינעם געגנט גוש שמונים, זייענדיג משפיע בבית מדרשו קאסוב וואס ער האט מייסד געווען אויפ'ן רחוב בר אילן אין ירושלים, וואס איז געווארן א תל תלפיות פאר הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וועלכע לעבן מיט די געהויבענע שבתים און ימים טובים במחיצתו און זענען שותה בצמא את דבריו.
אצינד מיט'ן ארויפגיין על כס האדמורו"ת למלאות מקום אביו הקדוש אין בארא פארק, וועט זיך דער נייער רבי ציען קיין בארא פארק, און דארט ממשיך זיין די שולשת הקודש פון חסידות קאסוב לשם ולתפארת ולתהלה, לשמחת לבם פון אלע תלמידי וחסידי קאסוב וועלכע וועלן ווייטער האבן די זכי' צו זיין מקושר באילנא דחיי, לנחת רוחו פונעם רבי'ן זצ"ל.
Comments