מוצאי שבת פ' תזריע • ה' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בפקודת הקודש פון מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א איז היינט איבערגעגעבן געווארן די הוראה פאר אלע מנהלי המוסדות אין ארץ ישראל, אפצורופן די סדרי הלימוד אין אלע מוסדות החינות מארגן זונטאג און מאנטאג אין צייט וואס דאס לאנד שטייט געשפאנט איבער אן איראנער סטראשע צו אטאקירן מדינת ישראל.
אויך אין אלע ליטווישע תלמודי תורה לענגאויס ארץ ישראל וועלן צוליב די אנגעצויגענע מצב מארגן נישט פארקומען קיין לימודים לויט די הוראה פון די גדולי ישראל הגאון רבי דוב לאנדא און הגאון רבי משה הילל הירש ראשי ישיבת סלאבאדקע.
כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א מיטן פמליה האט היינט מוצאי שבת פארלאזט ערד וואו די רבי האט געוויילט די לעצטע צוויי וואכן אויף אפרוה, די רבי שליט"א איז אהיימגעפארן פריער ווי געפלאנט אויס זארג און ערווארטונג אז איראן וויל אטאקירן מדינת ישראל, און די אטאקע איז לויט קוועלער געצילט אויף די דרום ראיאן אין ארץ ישראל. די רבי שליט"א האט אויך איבערגעגעבן די הוראת הקודש אז די חדרים זאלן מארגן זינטאג זיין פארלשאסן לויט די אנווייזונגען פון די רעגירונג אוטאריטעטן.
Comments