top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע נסיעה למקומות הקדושים אין שפיץ פון הגה"צ רבי מאיר יצחק אייזיק ווייס אבד"ק ספינקא לעיקוואד

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


א זעלטענע געהויבענע נסיעה איז פארגעקומען די פארגאנגענע וואך דורך די ספינקא קהילה אין לעיקוואד, אין שפיץ פונעם רב הקהילה הגה"צ ר' מאיר יצחק אייזיק ווייס שליט"א, בנו חביבו ויקירו פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, וועלכער איז ארויסגעפארן קיין אייראפע צו פוקד זיין די מקומות הקדושים אין באגלייטונג פון העכער הונדערט חברי הקהילה הצמודים ללבו בכל עת ושעה.


פארלאפענעם מיטוואך יתרו אויפדערנאכט איז מען ארויסגעפארן פון ניו יארק אונטערוועגנס קיין פוילין, אנקומענדיג דאנערשטאג צופרי איז מען צוערשט צוגעפארן קיין ליזענסק, אויף א גאר התעוררות'דיגע מעמד התפילה ביים ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דער רב שליט"א האט משמיע געווען פייערדיגע ווערטער באגלייט מיט בכיות נוראות זייענדיג מעורר ישועות פארן כלל און פארן פרט.


דערנאך איז געווען צוגעגרייט א רייכע מסיבת לחיים אין די בנין הכנסת אורחים אין שטאט ליזענסק, דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג צום שטאט לאנצוהט, וואו מען האט מתפלל געווען ביים ציון הק' פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, און ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי אלעזר מלאנצוהט זי"ע.


שפעטער אין טאג איז מען אנגעקומען צום שטאט צאנז, וואו עס איז צוערשט פארגעקומען א יארצייט סעודה לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק דער מיטעלע בעלזא רב זי"ע פון וועם דער ספינקא רב שליט"א ציהט זיין שיינעם יחוס, דערנאך איז מען ארויף צום ציון הק' פון הרה"ק מצאנז זי"ע בעל דברי חיים, און געזאגט די צאנזע קאפיטלעך תהלים, א אומבאשרייבליכע התעוררות האט געהערשט ווען מ'האט געזינגען די ווארעמע ספינקא כל מקדש ניגון, וואס איז ווי באקאנט נתחבר געווארן דורך הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע, זייענדיג צוגאסט אויף שבת ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע.


אין די שפעטע נאכט שעות איז מען אדורכגעפארן די גרעניץ קיין אונגארן, און אנגעקומען קיין טיסא אויוואראש צו א הערליכע האטעל וואס איז ספעציעל אפגעדינגען געווארן פאר די נסיעה, און דארט האט מען געפראוועט דעם שבת קודש ברוב עם הדרת מלך מיט א מורא'דיגע התרגשות און השתפכות הנפש.


פרייטאג אינדערפרי איז מען געפארן צום שטאט אוהעל, מתפלל זיין ביים ציון הק' פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, אזוי אויך זענען א קבוצה חסידים געפארן קיין ליסקא מתפלל זיין ביים ציון הק' פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה זי"ע.


שבת קודש איז געפראוועט געווארן אויף א גאר געהויבענע פארנעם אינעם פראכטפולען האטעל אין טיסא אויוואראש, וואס איז געווען צוגערישט מיט הרחבת הדעת ברוחניות ובגשמיות, דער ספינקא רב האט משמיע געווען מדברותיו עטליכע מאל דורכאויס די סעודות שבת קודש און שלש סעודות, און פארגעזאגט די זמירות אויף די נאסטאלגישע ספינקא נוסח בשלהבת אש קודש, פרייטאג צונאכטס האט מען פארברענגט בשירות ותשבחות און ווארעמע שמועסן עד אור הבוקר, און ביים דאווענען שבת אינדערפרי האט מען געזינגען ווארעמע ניגונים לרגל שבת קבלת התורה.


די עליות זענען פארקויפט געווארן פאר אסטראנאמישע סכומים, און אין א איבעראשענדע שריט איז אויפגעטריבן געווארן גאנצע דריי פערטל מיליאן דאללער ביים ליינען, לטובת די קרן הבנין אויפצובויען א שפאגל נייע בית המדרש פאר די ספינקא קהילה אין שטאט לעיקוואד.


מוצאי שבת איז מען געפארן קיין קערעסטיר, וואו מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, פון וועם דער רב איז א אייניקל, דערנאך האט מען מתפלל געווען אין די הייליגע הויז פון ר' ישעי'לע, און געפראוועט א לחיים אין די מלוה מלכה שטוב. פון דארט איז מען צוריקגעפארן צום האטעל אין טיסא אויוואראש וואו עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע מלוה מלכה כיד המלך.


זונטאג אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית אין שטאט קאלוב, און פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק רבי אייזיקל קאלובער זי"ע, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק אנגעפולט מיט השפעות טובות.




































































תגובות


bottom of page