top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל • פרעכטיגע מעמד 'חנוכת קומת התורה' פאר נייעם הערליך פארענדיגטן שטאק פון בנין מבצר הכוללים

זונטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


א פרעכטיגער מעמד 'חנוכת קומת התורה' אין חנוכת הבית איז אפגעראכטן געווארן פארן נייעם הערליך פארענדיגטן שטאק פון בנין מבצר הכוללים אין קרית יואל, מיוחד פאר די גרעסערע נדבנים, וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן פאר דעם פראיעקט.


כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט מפאר געוועהן בראש המסובים, די רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הקומה הנגיד החסיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו - חבר הנהלת מבצר הכוללים, און פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש און ארומגערעדט בדברי שבח פון די נדבני ומחזיקי התורה און בשבח פונעם מבצר הכוללים פון ווי עס קומען ארויס אזעלכע שיינע פירות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די נדבנים און פארן גאנצן ציבור.










































Comments


bottom of page