top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

למעלה מן הזמן: האד' מאמשינוב פאסט אויס פונעם תענית יוה"ק נאך דביקות'דיגע עבודה העכער 60 שעה אין א ציה

מאנטאג וזאת הברכה ב' • י"ב תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילד קרעדיט: שוקי לרר

 

היינט מאנטאג האט כ''ק אדמו"ר מאמשינוב שליט''א געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט פונעם תענית יום הכיפורים נאך א אומאויפהערליכע עבודת הקודש גאנצע 60 שעה אין א ציה, היינט אויפדערנאכט וועט די רבי שליט"א אריינקומען צום עריכת שולחן הטהור פון מוצאי יום טוב, אינעם היכל השולחנות בבית מדרשו אין די בית וגן געגענט אין ירושלים.


ווי יאהר יערליך האט דער אמשינובער רבי אפגעראכטן גאר א דערהויבענעם עבודה למעלה מגדר אנושי דורכאויס די טעג ארום יום הקדוש, אנגעהויבן פון ליל יום הכיפורים באישון ליל ווען די רבי איז אריינגעקומען צו כל נדרי אין ביהמ"ד, און דערנאך פארגעלערנט א שיעור משניות מסכת יומא כנהוג וואס האט זיך פארצויגן עטליכע שעה ביז שפעא אין די נאכט אריין. צומארגנס איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד און מיטגעהאלטן דאס דאווענען ביז נאך תפילת נעילה, הערשט דאן האט זיך די רבי געשטעלט שמונה עשרה פון מוסף שטייענדיג אויף די פיס ביז די פריע פארטאגס שעהן בדביקות עילאה און דערויף ממשיך געוועהן דער עבודת היום אין די נאכפאלגענדע מעת לעת בביתו נאווה קודש, ביז היינט מאנטאג אום פינעף אזייגער פארטאגס ווען די רבי האט מבדיל געוועהן על הכוס און אויסגעפאסט פונעם תענית.

Comentários


bottom of page