top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגן שבת תצוה-זכור מיט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח אין ניו יארק, נאכגעפאלגט מיט בליץ-באזוך אין אנטווערפן

דאנערשטאג פ' וארא • כ"ג טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי בעלזא אין אמעריקע נעמען אויף ברגשי שמחה די פריידיגע ידיעה איבער'ן ביקור מרומם דורך הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו וחביבו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און וועט אפרעכטן א זעלטן געהויבענעם "שבת המתאחדת" פאר כלל חסידי בעלזא פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי, אויף דעם קומענדיגן שבת פר' תצוה, שבת זכור, אין שטאט בארא פארק.


דער גרויסער שבת בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי טראגט א גאלדענעם באדייט ביי בעלזער חסידים אין אמעריקע, קומענדיג נאך "פופצן יאר" זינט דעם לעצטן שבת וואס רבי אהרן מרדכי האט געפראוועט בראש קהל חסידי בעלזא אין ניו יארק, און אצינד וועט מען ווידער זוכה זיין ליהנות מאורו הבהיר און זיך ווארעמען ביי די לעכטיגע תפילות און סעודות אין שפיץ פונעם אורח הדגול.


דער ביקור מרומם איז באשטעטיגט געווארן די וואך, בהורמנותא דמלכא דער בעלזער רב שליט"א, וועלכער האט ארויסגעשיקט בנו חביבו בשליחות קדשו מאציל זיין מהודו פאר חסידי בעלזא אין אמעריקע, נאכדעם וואס די וואך איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל א משלחת נכבדה פון די ראשי הקהלה והמוסדות אין ניו יארק, לאדענען הרה"צ רבי אהרן מרדכי צו קומען מחזק זיין די טויזנטער בעלזע חסידים אין אמעריקע וואס קוקן אזוי ארויס מיט א השתוקקות לעשות את השבת בצוותא חדא כאיש אחד ובלב אחד.


דער ביקור קומט אין די זעלבע צייט ווען די בעלזער מוסדות אין ניו יארק גרייט זיך צו ענדיגן די גראנדיעזע מולטי-מיליאן דאלאר אונטערנעמונג פונעם נייעם גיגאנטישן קאמפלעקס פון "מחנה בני בעלזא" אין וואודריזש, וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די זומער חדשים פאר די טויזנטער תשב"ר פון די בעלזע מוסדות אין ניו יארק, און דורכאויס דעם באזוך וועט אויפגעטריבן ווערן די אסטראנאמישע סומעס צו קענען גומר זיין מיט'ן פראיעקט כדי מ'זאל עס קענען מחנך זיין אויפ'ן קומענדיגן זומער-סעזאן בשעטומ"צ.


הרה"צ רבי אהרן מרדכי וועט אנקומען קיין ניו יארק דעם קומענדיגן דאנערשטאג תצוה, און פראווען דעם גרויסארטיגן שבת אינעם בנין הגדול ת"ת אין בארא פארק, און צומארגנס זונטאג כי תשא וועט פארקומען די צענטראלע "ועידת המייסדים" לטובת די נייע קעמפס, און אויפדערנאכט וועט הרה"צ רבי אהרן מרדכי ממשיך זיין די נסיעה מיט א בליץ-באזוך אין שטאט אנטווערפן, וואו עס וועט פארקומען א גייסטרייכע דינער לטובת "מרכז מוסדות בעלזא" בארה"ק.

コメント


bottom of page