top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גראנדיעזע "חנוכת הבית" פונעם מאיעסטעטישן "בנין פריעדמאן - בית רחל החדש" דסאטמאר בארא פארק דעם מוצש"ק שמות

זונטאג פ' שמות • י"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אן עקסטאזליכע שטימונג פון "השלם זה הבנין" נעמט ארום חסידי סאטמאר תושבי בארא פארק זיך גרייטנדיג מיטצולעבן די זעלטענע שעות של שמחת בית צדיקים, דעם קומענדיגן מוצש"ק, ביי די צענטראלע שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר, וואס וועט זיין קאמבינירט מיט א גראנדיעזע חגיגת "חנוכת הבית" צום ריזן גיגאנטישן "בנין פריעדמאן – בית רחל החדש" וואס איז נארוואס פארטיג געווארן אינערהאלב די מממלכת החינוך פון די סאטמארער מוסדות אין בארא פארק.


די פראכטפולע בית רחל החדש איז נתנדב געווארן דורכ'ן טפסר המרומם נגיד ושוע הרבני הנכבד ר' ליפא פריעדמאן, מגדולי התומכים לכל קדשי בית סאטמאר, זון פונעם לעגענדארן משב"ק ביי אדמור"י בית סאטמאר הרב משה פריעדמאן, וועלכער האט זיך געלאזט קאסטן אסטראנאמישע סומעס פאר'ן נייעם מבצר האדיר פאר די שנעל-וואקסנדע בית רחל אימפעריע אין בארא פארק, און מיט אויסטערלישע סיעתא דשמיא האט זיך דער בנין געבויט מיט אומגעהויערע שנעלקייט, ווען א בלויזע 11 חדשים טיילט אפ זינט דעם היסטארישן "הנחת אבן הפנה" פארלאפענעם חודש שבט תשפ"ד, און יעצט בחודש טבת תשפ"ה האלט מען שוין ביים מעמד חנוכת הבית.


עס רעדט זיך פון א פרעכטיגע מאיעסטעטישע געביידע, פון די גרעסטע חינוך פעסטונגען אין שטאט, מיט 60 קלאס צימערן, 7 שטאק הויעך, און אנטהאלטן א סך הכל פון "הונדערט טויזנט" סקווער פיס.


דער מעמד חנוכת הבית וועט געפייערט ווערן במעמד אלפי החסידים וואס וועלן מיטלעבן דעם גרויסן "שבת של שמחה" אין שטאט בארא פארק, לרגל די שמחת הנישואין פון אן אייניקל ביים נשיא המוסד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, טאכטער ביי בנו יקירו וחביבו הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט, וואס אנטשפרעכט צו זיין א שבת גדול ומרומם ווען במוצאי יום גילה וועט מען משלב זיין שמחה בשמחה, מיט'ן מחנך זיין דעם בית גדול וקדוש לחינוך אלפי בנות ישראל הכשרות על דרך ישראל סבא.


דער מעמד וועט פארקומען אינעם נייעם גיגאנטישן "לאנטש רום" פון קרוב צו צען טויזנט סקווער פיס אינעם בנין החדש, וואס וועט דינען אלס פאסיגע אכסניא של שמחה, וואו די טויזנטער חסידים וועלן זיך צונויפזאמלען כאיש אחד ובלב אחד צו פייערן די היסטארישע געשעעניש.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין




Comments


bottom of page