מיטוואך פ' ויחי • ח' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
חסידי ואוהדי דעעש האבן מיטגעלעבט פרייליכע און געהויבענע שעה'ן של עוז וחדוה, כולם נקבצו ובאו לשמוח בשמחת התורה, ווען עס איז געפייערט געווארן דער גרויסארטיגער חגיגת הכנסת ספר תורה פון כ''ק האדמו"ר מדעעש שליט''א וועלכע האט מקיים געווען דעם 'ועתה כתבו לכם את השירה הזאת', אויף א ספר תורה וואס די רבי האט געלאזט שרייבן לזכר נשמתה פון אמה של מלכות הרבנית הצדקנית מדעעש ע"ה, און איז אריינגעגעבן געווארן צום דעעשער ביהמ"ד אויף רח' רבי טרפון אין בני ברק.
די קייט פון די ימי שמחה האט זיך אנגעהויבן ביים מעמד סיום כתיבת האותיות ליל שישי מוצאי זאת חנוכה ווען די רבי איז ערשינען מלובש בבגדי שבת אין ביהמ"ד וואס איז שוין מבעוד מועד געווען באצירט מיט שילדן און לעמפעלעך לכבודה של תורה, די רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, בעת ווען מען האט געזינגען ווארימע ניגוני הכנה והתעוררות און ניגוני תורה באגלייט מיט כלי זמר, און דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און אנגעוונטשן דעם גאנצן ציבור מיט כל הברכות הכתובות בספר התורה הזה.
במוצאי מנוחה מוצש"ק ויגש האט מען זיך פארזאמלט בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט צום ערשט געליינט די קריאה פון מעונה אינעם נייעם ספר תורה, און האט דערנאך מכבד געוועהן די סופר צו מאכן א פארקערטע הגבהה לקול צהלת החסידים, די רבי איז געגאנגען גלילה און דאן ארויסגעפירט דעם ספר תורה צום ריכטונג פונעם ביהמ''ד וואו דער ריזן ציבור האט באגלייט דעם ספר תורה מיט א תנועה של שמחה, ואבוקות של אור בידיהם, ווען די רבי איז מפזז ומכרכר בכל עוז ברחובה של עיר לכבודה של תורה.
אין ביהמ"ד האט דער רבי ווייטער אפגעראכטן די הקפות מיטן ספר תורה מיט אן התלהבות, נאך די ריקודין האט דער רבי פארגעזאגט 'לדוד מזמור' און מזמור לדוד בקול חוצב להבות אש, און אריינגעפירט דעם ספר תורה צום ארון הקודש מיט טענץ און געזאנג. עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודה לגומרה של תורה וואס איז פארגעקומען אין א פראכטפולע זאל אין שטאט אויף א רייכע פארנעם בקול שירה וזמרה, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען מדברות קדשו בעניני דיומא.
אין לויף פון די מעמדי קודש האבן זיך משתתף געוועהן האדמורי"ם מדאראג, האחים האדמור"ים משומרי אמונים פון אשדוד, ירושלים און בני ברק, שבט הלוי, חוג חתם סופר, דעעש ירושלים, ביטשקוב, ספינקא סוליצא, נדבורנא פתח תקווה, הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד און נאך פיל.
Comments