מיטוואך וירא • י"ב חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א האט די וואך אפגעראכטן א דערהויבנער נסיעה 'יחידי סגולה' צום עיר תהילה סאדיגורא, אינאיינעם מיט א גרופע נגידי ותומכי המוסדות, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מרוזשין זי"ע. דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט מיטן פמליא דאנערשטאג צופרי און איז אנגעקומען קיין סאדיגורא אין די פארנאכט שעות. ביינאכט איז פארגעקומען א מעמד 'קביעות מזוזה' ביים הויפט אריינגאנג צום קלויז, נאכדעם וואס די היסטארישע קלויז איז לעצטענס אריבער רענאוואציע ארבעט, צוליב דעם וואס די קלויז ווערט באנוצט אלס אכסניא פאר צענדליגע פליטים פון די ארומיגע שטעט אין די יעצטיגע מלחמה צושטאנד אין אוקריינא. דער רבי איז ערשינען מלובש מיטן קאלפיק, און קובע מזוזות געווען ביים הויפט אריינגאנג, בשעת ווען הנגיד ר' אברהם ביטאן הי"ו מגדולי תומכי המוסדות איז מכובד געווארן איבערצוגעבן די מזוזה פאר'ן רבי'ן.
עס האט נאכגעפאלגט מיט א רייכע באנקעט 'יחידי סגולה' אינעם נאסטאלגישן קלויז, געאייגענט פאר די חשובע משתתפי הנסיעה תומכי המוסדות. ביים מעמד האבן מהנה געווען בשירה וזמרה דער בארימטער חזן פון ארץ ישראל ר' מרדכי בויער און דער בארימטער בעל מנגן ר' יואלי קליין, באגלייט מיט פילע מוזיקאנטן און כלי זמר. אלס יושב ראש האט אויפגעטראטן הנגיד ר' אהרן נאה פון ניו יורק וועלכע האט געעפענט די מעמד מיט פאסיגע דברי פתיחה און מכבד געווען מיט א דרשה הגה"צ ר' יהושע ליבערמאן רב ביהמ"ד סאדיגורא ירושלים, דערנאך האט אויפגעטראטן הנגיד ר' מרכי לאמעט פון ניו יורק, און צום לעצט האט מען געהערט די דברות קודש וברכה פון רבי'ן שליט"א.
די קלימאקס פון די נסיעה איז געווען דער דערהויבענע שבת וואס דער רבי האט געפראוועט אינעם עיר האבות סאדיגורא במקום שהתפללו בו אבותיו, באגלייט מיט רייכע סעודות שבת און די שולחנות הטהורים. שבת צופרי ביי קריאת התורה האט מען געליינט אין די היסטארישע ס"ת פון הייליגן רוזינער זי"ע וואס געפינט זיך אינעם קלויז.
מוצאי שבת האט די קאפעליע בעלי מנגנים פארגעזינגען 'ויתן לך' און דער רבי שליט"א איז ארויף צום ציון הק' בראש קהל חסידיו און מעתיר געווען בתפילה ותחנונים א לענגערע צייט לישועות הכלל והפרט. נאכן עליה לציון איז געווען צוגעשטעלט א רייכע מלווה מלכה אינעם קלויז כיד און דער רבי האט דערציילט סיפורי קודש פונעם גרויסן בעל ההילולא.
זונטאג האט זיך דער רבי באגעגענט מיט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע איז אנגעקומען צום שטאט סאדיגורא און האט מתפלל געווען ביים ציון הק' אינאיינעם מיט הונדערטע חסידי וויזניץ. ביינאכט האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם קלויז בשבת אחים גם יחד אינאיינעם מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לונדון שליט"א וועלכע איז געקומען צו פארן אין באגלייטונג פון צענדליגער חסידים. די ברודער האדמור''ים האבן געזאגט תורה און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד און זיך געזעגענט לשלום.
Comments