top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עכבה לטובה: ברית-נדחה פון נכד האדמורי"ם מפרעמישלאן און ביאלא-בני ברק וועט פארקומען אינעם "פשיסחא הויף" אין פולין

מוצאי שבת פ' וארא • כ"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין א זעלטענע געשעעניש וועט צום ערשטן מאל נאך די צווייטע וועלט קריג אויפשיינען די המשכת שלשלת הקודש לצדיקי בית פשיסחא על אדמת הקודש אינעם שטאט "פשיסחא" אין פולין, וואו ס'וועט אפגעראכטן ווערן א שמחת ברית מילה צום רך הנימול אן אייניקל פון די צדיקי בית פשיסחא שוכני המקום.


דאס ניי-געבוירן קינד איז אן אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מפרעמישלאן און ביאלא בני ברק, בן הנולד ביי הרב חיים אליעזר ראזענבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א און אן איידעם ביי כ"ק מביאלא בני ברק שליט"א. דער ברית האט געזאלט אפגעראכטן ווערן מיט צוויי וואכן צוריק און האט למעשה נישט געקענט פארקומען בזמנו, ווען אינצווישן זענען ביידע זיידע'ס האדמור"ים ארויסגעפארן לדרכם, דער פרעמישלאנער רבי איז ארויסגעפארן אויף אפרו אין א קור-ארט אין פולין, און דער ביאלער רבי פארט ארויס אויף א נסיעה קיין לאס אנדזשעלעס לטובת מוסדותיו.


אצינד ווען עס איז באשטעטיגט געווארן אז דער ברית קען שוין פארקומען דעם קומענדיגן אנהייב וואך פר' בא, האט דער אבי הבן מחליט געווען אפצורעכטן די שמחת הברית אין שטאט "פשיסחא" אין פולין, מיט'ן השתתפות כבוד פון ביידע זיידעס האדמורי"ם, דער פרעמישלאנער רבי וועט קומען צו פארן דעם קורצן וועג פונעם אפרו ארט קיין פשיסחא, און דער ביאלער רבי וועט מאכן אן אפשטעל אין פולין על אם הדרך קיין אמעריקע, צו באשיינען די שמחה פונעם אייניקל, וואס ציט דעם שושילתא דדהבא פון די צדיקי בית פשיסחא, און וועט באותו מקום קדוש וואו זיי האבן פארשיינט די וועלט באור צדקתם וקדושתם, אריינקומען לבריתו של אברהם אבינו.


די שמחה רוממה וועט אפגעראכטן ווערן אינעם הערליכן בנין הכנסת אורחים, דער בארימטער "פשיסחא הויף" וואס איז אויפגעשטעלט געווארן טאקע דורכ'ן געהויבענעם זיידן האדמו"ר מביאלא בני ברק, און לרגל די שמחה וועט דער ביאלער רבי אנקומען צו די שמחה בראש קהל חסידיו א גרויסער ציבור באיאלע חסידים וואס וועלן זיך אנשליסן מיט די נסיעה קיין פשיסחא און זוכה זיין מיטצולעבן די שמחה נרגשת בעיר הקודש פשיסחא. ווי אויך וועלן קומען צו פארן א שיינער ציבור חסידים פון ארץ ישראל צו דער שמחה.


נאכ'ן ברית וועט דער פרעמישלאנער רבי פארבלייבן אינעם ארטיגן הכנסת אורחים אויף א לינת לילה, און צומארגנס וועט דארט פארקומען נאך א ברית ביי איינע פון די חסידים, בעת דער ביאלער רבי וועט תיכף נאך די שמחה ממשיך זיין מיט די נסיעה קיין לאס אנדזשעלעס לטובת מוסדותיו.



Comments


bottom of page