זונטאג וזאת הברכה ב' • י"א תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען ביי חסידי באבוב-45 אז בעידודו וברכת קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א איז געשלאסן געווארן דער מקח אויף צוויי פרישע שטחים וואס וועט דראסטיש אויסברייטערן דעם צענטראלן בנין הגדול פון די בית לחינוך לבנות אויף די 62'טע גאס.
די צוויי פרישע שטחים באהאפטן איינס צום צווייטן, גרויס הונדערט פיס ביי הונדערט פיס, געפינען זיך צורעכטס הארט נעבן דעם עקזיסטירנדן מיידל שולע בנין, און קומט נאכדעם וואס מ'האט שוין לעצטע יאר אפגעקויפט א ריזן שטח אויפ'ן אנדערן זייט בנין, פאר די אסטראנאמישע סומע פון פינף מיליאן דאלאר, וואס ברענגט מיט'ן יעצטיגן מקח א סך הכל פון א פולע סקווער-בלאק אויף וואס עס וועט עווענטועל זיין אויסגעשפרייט די מאיעסטעטישע פעסטונג פון חינוך הבנות דחסידי באבוב-45.
אין די יעצטיגע טעג ווערן שוין אויסגעארבעט די גענוי פלענער און אינדזשענירונג פונעם בנין, און מ'האפט אינגיכן צו אנהייבן מיט די פאקטישע בוי ארבעט צו די שפאנענדע ארויסקוק פון די טויזנטער חסידים והורי המוסדות.
Comments