top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן חסידי תולדות אהרן בראשות האד' מתולדות אהרן מוחה געוועהן קעגן די ארבעט ביי די 'רכבת הקלה' באן

מיטוואך פ' קרח - ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


א קידוש שם שמים האט זיך נעכטן אפגעשפילט בחוצות ירושלים ווען הונדערטער חסידי תולדות אהרן בני ציון היקרים יונג אין אלט האָבן אויסגעשריגן: "שמע ישראל אתם קרבים היום למלחמה - אל תיראו ואל תערצו מפניהם", ביי די אנגייענדע בוי ארבעט ביים "רכבת הקלה" דער לייכט באַן אין ירושלים וועלכע איז לעצטענס באַנייט געוואָרן, און איז ערווארטעט חלילה אנצוזייען א שטארקע פריצות אינעם פלטרין של מלך, זענען מאסן חסידי תולדות אהרן אין שּפיץ פון די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן אָנגעקומען אויפן אָרט אויסשרייען דעם דבר היהדות החרדית הנאמנה קעגן די בייזוויליגע פלענער פון די ירושלימער שטאטראט אריבערפירן דעם לייכט באן אין הארץ פון די חרדי'שע געגענטער אין ירושלים.

צו די באַשטימטע שעה האבן זיך הונדערטער חסידים אברכים ובעלי בתים צוזאמגענימען על פני רחוב דוד ביים ווינקל פון בר אילן, צום ערשט האט די דיין הקהילה הרה"ג ר' רפאל סאקס פארגעזאגט פרקי תהילים מען האט געהערט די דבר המערכה פון הרה"ג ר' ברך יהודה היימליך מדייני הקהילה וועלכע האט איבערגעגעבן די חובת השעה, דערנאך איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן אנגעקומען צום עצרת און איז צוגעפארן צום מקום החילול אויף די בר אילן גאס וואו מ'האָט פון דארט ארויסמארשירט ביז צום שמואל הנביא גאס ווי די רבי שליט''א האט משמיע געווען דברות וברכת הקודש אנוואונטשנדיג אז בזכות פון דער קידוש שם שמים דורכן ארויסקומען מוחה זיין למען כבוד שמים זאל מען זוכה זיין צו 'והיה מחניך קדוש' און עס זאל חס ושלום נישט פארקומען קיין פרצות און צניעות וכדו', און מסיים געווען בברכת קדשו לכל העם הנאספים.


דאן האט מען מוחה געווען כדת של תורה און אויסגעשריגן די קול מחאה קעגן דאס פארשוועכן דעם פלטרין של מלך, ולאמר למשחית הרף למען קדושתה של ירושלים.















Comments


bottom of page