top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הצדיק אבד: פטירה פון הגה"צ ר' יצחק אליהו שלמה הכהן טורנהיים זצ"ל מוואלברוזש-קראקא

דאנערשטאג פ' שמות • ט"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען בעולם החסידות די פטירה פון האי גאון וצדיק הכהן הגדול מאחיו חסידא ופרישא הגה"צ רבי יצחק אליהו שלמה הכהן טורנהיים זצ״ל מוואלברוזש קראקא, וועלכער איז היינט נסתלק געווארן בשיבה טובה אין טיפן עלטער פון 96 יאר, לדאבון לבם פון די פילע אוהדים ומעריצים און בני המשפחה.

דער חשובע נפטר איז געווען א דמות פון אן פארצייטישער איש חסיד וצדיק, א ירא ה' מנעוריו, וואס ער האט נאך צוגעזען און געשעפט תורה ויראת שמים פון די צדיקי קדמאי נאך איידער די קריג, ובפרט פון די צדיקי בית וואלברוזש פון וועם ער האט געצויגן דעם הערליכן יחוס ושלשלת הזהב ביז הרה"ק בעל עבודת יששכר זי"ע.

ער איז געבוירן י"ד סיון בשנת תרפ"ד בשערי ירושלים עיה"ק צו זיין פאטער כ"ק אדמו"ר רבי נתנאל הכהן טורנהיים זצ''ל בעל 'קרבן השבת', וועלכער איז ל"ע דערמארדעט געווארן דורך די ציונים וועלכע האבן אריינגעווארפן א שטיין אין די מארמאראשער שול אין מאה שערים שמחת תורה שנת תש"י.

נאך די חתונה האט דער רבי זצ"ל געוואוינט אין תל אביב, וואו ער האט זיך געווייקט ביים הייליגן בעלזער רב זי"ע, און צו דער זעלבער צייט אנגעקניפט א התקשרות עזה אין הרה"ק מסאטמאר זי"ע, ובפרט מיט זיין דביקות און פלאם פייער בשיטתו הקדושה, זייענדיג דער מקנא קנאת ה' צבאות, ולא חת מפני כל, ארויסגייענדיג אויף די מחאות קעגן די רשעי הציונים און זייערע ביטערע גזירות, ער איז געווען פון די סגל חבריא און תלמידים פונעם לוחם מלחמות ה' הגה"צ רבי עמרם בלוי זצ"ל, גוי נתן למכים, כאפנדיג ביטערע קלעפ און מכות רצח פון די ציונים און איז אסאך געזיצן אין תפיסה למען כבוד שמו יתברך.

אין די שפעטערע יארן האט זיך דער רבי געצויגן קיין אמעריקע, וואו ער האט געעפענט זיין ביהמ"ד אין שטאט בארא פארק, און ממשיך געוועהן זיין עבודה, זייענדיג א ריכטיגער חסיד המתחסד עם קונה, אפרעכטנדיג די לאנג פארצויגענע עבודת התפלה פון שעות ארוכות און געזיצן און געהארעוועט בהתמדה, ארויסשייענענדיג אלס דמות דיוקן פון אן אמאליגער עובד ה' וצדיק נשגב במסירת נפש.

ספעציעל איז ער געוועהן געשעצט און רעספעקטירט אין די סאטמארע קהלה, וואו ער איז נתכבד געווארן כערכו הרם, און זיך אסאך געווייקט בצל קדשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און ביי ממלאי מקומו, הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, און שפעטער ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אים שטענדיג ארויסגעוויזן א קירבה יתירה און מכבד געווען ביותרת הכבוד.

אין די לעצטערע תקופה איז דער רבי געווען שטארק אפגעשוואכט, אבער פארט אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש, ביז צו זיין פטירה דעם היינטיגן דאנערשטאג שמות.


די לוי' איז היינט צופרי ארויס פונעם ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף הופער סטריט אין וויליאמסבורג, און קומט פאר יעצט נאכמיטאג אויפ'ן בית עלמין אין קרית יואל, וואו ער וועט קומען לקבורה אינעם חלקת הרבנים סמוך ונראה צום אהל צדיקי בית סאטמאר זי"ע.

ער לאזט איבער א הערליכן דור ישרים פון חשוב'ע קינדער און אייניקלעך הולכים בדרך האבות, לשם ולתפארת.

Comments


bottom of page