top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יסוד צדיק: מעמד "יציקת היסודות" צום ביהמ"ד החדש והמפואר "מארגרעטן" געפייערט מיט עקסטאז בירושלים עיה"ק

זונטאג פ' שמות • י"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

 

במעמד קהל רב איז אין די פארלאפענע ימי החנוכה געפייערט געווארן מיט עקסטאז דער מעמד "יציקת היסודות" צום נייעם ביהמ"ד המפואר "מארגרעטן" וואס ווערט אויפגעבויט ברוב פאר והדר בירושלים עיה"ק, און וועט ערשטמאליג מנציח זיין זכרונם בקודש פון די צדיקי בית מארגרעטן לדורותם.


די הכנות צום מעמד האט זיך אנגעהויבן נאך עטליכע וואכן פריער, ווען ביומא דהילולא קדישא פונעם הגה"ק מהרש"ז זי"ע אב"ד מארגרעטן, י"ד כסליו, איז ארויסגעפארן א משלחת פונעם וועד קרן הבנין צום שטאט מארגערטן אין רומעניע, וואו מ'האט פוקד געווען די ציוני הקדושים פון צדיקי מארגרעטן, לקראת דעם מעמד הגדול.


דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן דעם פערטן טאג חנוכה, כ"ח כסליו, ביומא דהילולא קדישא פונעם ראש השושלת, ראש גולת אריאל הרה"ק מהריא"ץ ממארגרעטן זי"ע, ביים שטח הבני' אויף די מנחת יצחק גאס אין די רוממה געגענט, מיט'ן השתתפות פון מאסן חסידים ואנשי מעשה, נכדי ואוהדי בית מארגרעטן, וועלכע האבן מיטגעלעבט די גרויסע געשעעניש ווען מ'גרייט זיך צו בויען דעם בית גדול וקדוש לשמו ולזכרו פונעם בעל הילולא זי"ע.


בראש המעמד האבן מפאר געווען גדולי האדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מקאמארנא בית שמש, שבט הלוי, זוטשקא, זוויעהל, הרה"ג ר' שלו' רוקח - בשליחות זקנו כ"ק בעלזער רב שליט"א, הרה"ג ר' מאיר ברזובסקי בן כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, הגה"צ ר' חיים אריה שפיץ ראש ישיבת ווילרייק אנטווערפן, נכד בעל הילולא, הגה"צ ר' שמאי קהת הכהן גראס חבר בד"צ מחזיקי הדת, הגה"ח ר' פינחס פרידמאן ראש ישיבת מבקשי השם, מגיד מישרים הגה"ח ר' מנשה ישראל רייזמאן, ועוד.


אנהייב פונעם מעמד האט מען געהערט די דרשה דורך הגה"צ רבי שמאי גראס חבר ביד"ץ מחזיקי הדת, וועלכער האט ארויסגעברענגט בשבח פון אויפשטעלן א בית תורה ותפלה לזכרו פונעם מהריא"ץ, צום ערשטוינונג פונעם ציבור האט רבי שמאי דאן ארויסגענומען א שטיקל הייליגע "שטרוי" אויף וואס דער הייליגער בעלזער רב זי"ע איז געשטאנען דערויף אום יום הקדוש, וואס ער האט גע'ירש'נט פון זיין זיידן וואס האט דאס באקומען פון בעלזער רב, און יעצט שענקט ער דאס פאר מייסד ביהמ"ד הרה"ג ר' מרדכי בריסק שליט"א, אריינצולייגן אינעם יסוד הבנין.

 

דאן האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי חיים ארי' שפיץ שליט"א ראש ישיבת ווילרייק מיט טרעפליכע רעיונות לכבוד המאורע, און ספעציעל איבער'ן חשיבות פון זיך האלטן דבוק צו די אבות וואס מ'האט יעצט די זכי' צו מנציח זיין זכרונם בקודש פון די גרויסע זיידעס, און משבח געווען דעם עומד בראש מלאכת הקודש, ש"ב הרה"ג ר' מרדכי בריסק שליט"א, וועלכער איז מנציח זכר אבותיו הק' וואס זענען אים זיכער מכיר טוב.


דאן האט מען געהערט פאסיגע דרשות דורך כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א נכד בעל הילולא, און דערנאך פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, און דאן איז געהערט געווארן די "דבר הילולא" דורכ'ן שכן טוב פונעם ביהמ"ד, דער נואם בחסד עליון הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א, וועלכער האט מאריך געווען מיט סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא, און בחשיבות פון אויפבויען א ביהמ"ד לזכרונו הבהיר.


דערנאך האט מען געהערט די ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, איבערגעגעבן בשליחת קדשו דורך נכדו חביבו הרה"ג ר' שלום רוקח, לכבודו פונעם מייסד הביהמ"ד הרה"ג ר' מרדכי בריסק שליט"א אז דער ביהמ"ד זאל אויסשטייגן א פנת יקרת לתורה ויראת שמים וחסידות, מיט הצלחה וסיעתא דשמיא.


מ'האט דאן געהערט דעם משא המעמד דורכ'ן מייסד הביהמ"ד הרה"ג ר' מרדכי בריסק שליט"א נין ונכד פונעם מארגרעטענער רב, וועלכער האט אויפגעוויקלט פאר'ן ציבור די השתלשלות פון די פארצווייגטע אונטערנעמונג וואס ער האט גענומען אויף זיך מיט אריבער צוואנציג יאהר צוריק להנציח זכר זקינו הק', סיי מיט'ן דרוקן זיינע ספרים, און סיי יעצט מיט'ן אויפבויען דעם ביהמ"ד.


מ'האט צוגעטרעטן צום יציקת היסודות, ווען צוערשט האט כ"ק אדמו"ר מקאמארנא פארגעזאגט קאפיטל שיר המעלות ממעמקים פסוק בפסוק, און דערנאך איז נתכבד געווארן צו גיסן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א וועלכער האט מיטגעלייגט די הייליגע שטרוי פונעם בעלזער רב ז"ל. דערנאך זענען נתכבד געווארן צו גיסן די אנדערע אדמורי"ם ורבנים, און דערנאך די נכדי ואוהדי בית מארגרעטן ותושבי השכונה.


דער מעמד איז פארענדיגט געווארן מיט א ווארעמע תפלת מנחה אויפ'ן פלאץ, שליסנדיג דעם געהויבענעם מעמד וואס איז געווען א פייערליכע איבערלעבעניש פאר די מאסן באטייליגטע.




































Comments


bottom of page