top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קביעת מזוזות פאר נייע ביהמ"ד דחסידי ביאלא אין רמה ד' בית שמש; דריטע ביאלא שטיבל אין שטאט

דאנערשטאג וירא • י"ג חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

נעכטן דינסטאג איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות ופתיחת שערים פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי ביאלא אין שכונת רמה ד' אין שטאט בית שמש, בנשיאותו ובהדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א. דאס ביהמ"ד איז דער דריטע ביאלא שטיבל אין בית שמש און אנטשפרעכט צו זיין א פינת יקרת פאר חסידי ביאלא המקשורים לאילנא דחיי און ספעציעל פאר די אינגעלייט וואס האבן זיך די לעצטע תקופה אריבערגעצויגן צום נייעם בליענדן שכונת רמה ד'.


די רבי שליט"א האט באלד ביים אנקומען קובע געווהן די מזוזה ביים אריינגאנג צום ביהמ"ד און דערנאך מעריך געוועהן א שולחן לחיים לכבוד המאורע, וואו די רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש מענייני דיומא און דערביי איבערגעלאזט טללי ברכות פאר די מתפללי הביהמ"ד ובראשם די חשובע עסקנים וואס האט אסאך צוגעהאלפן צו גרינדען דעם ביהמ"ד. ביים ענדע פונעם מעמד האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה און די רבי האט געדאווענט מעריב אינעם נייעם ביהמ''ד.



Opmerkingen


bottom of page