top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יש א"ם למקר"א: רעקארד צאל פון 41 חתנים בליעה"ר עולה געווען דעם שבת אין ליובאוויטש

מאנטאג פ' בהעלותך • י"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


א היסטארישע ציפער פון "שבת באווארפנס" איז פארלאפענעם שב"ק נשא געבראכט געווארן אינעם צענטראלן חב"ד הויפקטקווארטיר, אינעם ביהמ"ד הגדול ליובאוויטש אויף 770 איסטערן פארקוועי אין קרוינהייטס, ווען אזויפיל ווי "41" חתנים בליעה"ר האבן עולה געווען לתורה לקראת זייער חתונה בשעטומ"צ.


ביי חסידי חב"ד איז שוין יארן לאנג איינגעפירט די טראדיציע עולה צו זיין שבת פאר די חתונה אין בית מדרשו של רבי אויף 770, הן בחיים חיותו פונעם רבי'ן כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל, און נאך זיין הסתלקות האט דער מנהג ממשיך געווען, און עד היום הזה קומען חתנים און מחותנים צו פארן פון אלע וועלט עקן, פראווען דעם שבת באווארפן אינעם מרכז חב"ד העולמי, אין צוגאב צו חתנים וואס גייען אויך מאכן דעם באווארפן על יד הציון הק' אין קווינס.


מיט'ן וואוקס פונעם ציבור שטייגט כסדר די צאל באווארפנס, און לעצטע וואך שבת נשא נאך שבועות, דער שטערקסטער חתונה-סעזאן איבער'ן יאר, איז געבראכן געווארן א היסטארישער רעקארד פון 41 חתנים עולה צו זיין אין איין וואך אינעם מרכז חב"ד. כדי צו קענען מסדר זיין גענוג עליות פאר יעדן חתן, האט מען ארגאניזירט זעקס באזונדער מנינים אויף קריאת התורה, און איבעראל האט געהערשט א פריידיגע שטימונג פון ריבוי השמחות בקרב החסידים, כן ירבו.

Comments


bottom of page