top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביהמ"ד סטאניסלאוו אין לאנדאן שווער געשעדיגט פון ערנסטע פייער אינצידענט

זונטאג פ' ויגש • כ"ח כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א העלישע פייער האט אויסגעבראכן די נאכט ביים סטאניסאלאבער ביהמ"ד אין די סטעמפארד הילל געגענט אין לאנדאן, בית מדרשו פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק - סטאניסלאוו שליט"א.


דאס ביהמ"ד איז ארויף אין פלאמען היינטיגן זונטאג פארטאגס און איז לויט באריכטן אונטערגעצונדן געווארן דורך א בייזוויליגע פארשוין. מיטן הילף פון פייערלעשער איז די פייער געברענגט געווארן אונטער קאנטראל, די ספרי תורה זענען ארויסגעראטעוועט געווארן באצייטנס און בחסדי ה' האט די פייער זיך נישט פארשפרייט. די שריפה האט געשאפן גאר שטארקע שאדן פארן בנין הביהמ"ד וואס איז גענצליך ארויס פון דינסט, און פאליציי האט געעפענט אן אויספארשונג אויף דעם אינצידענט. דער בנין דינט אויך אלס אכסניא של תורה פארן ישיבה לצעירים 'ישועות משה' וויזניץ אין לאנדאן, וועלכע האבן זיך דערווייל איינקווארטירט אין א צייטווייליגער לאקאל צו קענען ממשיך זיין די סדרי הלימודים.



Comments


bottom of page