top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גראנדיעזער מעמד "חגיגת חנוכת הבית" פון פרעכטיגע בנין "בית רחל החדש ד'סאטמאר בארא פארק - בנין פריעדמאן"

מיטוואך פ' וארא • כ"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

במוצאי יום גילה, דעם פארגאנגענעם מוצש"ק פ' שמות העעל"ט, נאך די געהויבענע שבת של שמחה בחצר הקודש סאטמאר אין שטאט בארא פארק, איז בקול צהלה ורנה געפייערט געווארן דער התרגשות'דיגער היסטארישער מעמד "חנוכת הבית" פארן נייעם "בנין הבית רחל החדש – בנין ליפא פריעדמאן" אין שטאט בארא פארק, קאמבענירט מיטן שבע ברכות לכבוד די שמחה הגדולה אינעם רבינס הויף.


דער מאיאסטעיטישער בנין גדול אדיר ומפואר וואס שטייט על תילה בני' במלוא יופי' והדרה אויף די 62 סט. ביי 14 עוו. וואס האט געבראכן היסטאריע מיט אויסטערלישע סייעתא דשמיא ווען בלויז א קארגע יאהר זינט דעם היסטארישע "מעמד הנחת אבן הפינה" פארלאפענעם חודש שבט שנת תשפ"ד העעל"ט, האלט מען שוין ביים היסטארישער "מעמד חנוכת הבית" מוצאי שבת קודש פרשת שמות תשפ"ה, מיטן באנייאונג פון דער פרעכטיגער זיבן שטאקיגער געביידע זייענדיג פון די גרעסטע בניני המוסדות אין שטאט, מיט קרוב צו 60 קלאס צימערן, א סך הכל פון 100,000 סקווער פיס!


דער מעמד המרומם איז פארגעקומען אינעם נייעם בנין הבית רחל אינעם ריזן טויזענט סקווער פיס לאונטש רום, אלס פאסיגער "אכסניא של תורה" פאר תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי בארא פארק תחת קורת גג אחד כאיש אחד בלב אחד צו פייערן דעם היסטארישן דערגרייכונג בקול רנה ותודה המון חוגג.


אין די ערשטע שעות פונעם מעמד איז געווען אפן אלע קלאס צימערן און עסזאלן פונעם נייעם בנין הבית רחל, ווי דער גאנצע ציבור הורי וזקני המוסדות האבן געקענט זעהן עין בעין די געוואלדיגע עררייכונג וואס מען האט בס"ד דערלעבט.


אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' הירצקא שטערן שליט"א מנהל רוחני אין די מוסדות אין בארא פארק, און עס האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות הרה"ג ר' הערשל יאזשעף שליט"א מנהל בבית רחל אין בארא פארק; הרבני הנדיב ר' ליפא פריעדמאן הי"ו נדבן שם הבנין; אביו הרב החסיד ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק אדמור"י בית סאטמאר; דער מחותן הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט; און הגה"צ רבי חיים דוד כץ שליט"א דומ"צ סאטמאר בארא פארק.


אין א התרגשות'דיגער מאמענט האט הרבני הנדיב ר' אשר אלימלך מייזעלס הי"ו געמאכט א "ברכת שהחיינו" בשם ומלכות, נאכדעם וואס דער נייער בנין הבית רחל איז געבויעט געווארן אויף זיין שטח הנקראת על שמו "שטח מייזעלס" וואס ער האט צושטאנד געברענגט דער מקח פאר די הנהלת המוסדות מיט העכער צעהן יאר צוריק, ועכשיו זכינו בס"ד לברך על המוגמר; כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט דאן משמיע געוועהן דברות קודש בשבח הנדיבים בוני הבנין, ובראשם הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו וועלכע לאזט זיך קאסטן ממים ודמים לכל אשר בשם סאטמאר יכונה; א רייכע פרעזענטאציע איז דערנאך אויפגעשפילט געווארן איבער די היסטאריע פון די מוסדות הקדושים אין בארא פארק מיום הווסדה ביז צום היינטיגן טאג.


ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען פילע אדמור"י ורבני עיר בארא פארק, ווי צווישן זיי כ"ק אדמור מבאבוב 45 שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א און נאך.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרבני החסיד ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק. נאך ברהמ"ז האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די נדבני הבנין, ובתוכם הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק, בנו הנדיב ר' ליפא שליט"א נדבן שם הבנין. און מיט הנגיד ר' אשר אלימלך מייזעלס שליט"א נדבן שטח הבנין.


שווער איז געווען זיך צו שיידן פון אזעלכע געהויבענע ימי השמחה, ובפרט נאך אזא געהויבענע שבת קודש בצל הקודש, און די מעמד הנהדר חנוכת הבית מוצאי שבת קודש, וואס די אלע פייערליכע מאמענטן וועלן זיכער ווערן איינגעקריצט מיט גאלדענע אותיות בקרב ק"ק סאטמאר בארא פארק.



























































































Comments


bottom of page