top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בית יוסף: נייע דירת קדשו פון האד' מדושינסקיא אין ירושלים באנייט

מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין די יעצטיגע טעג איז נתחנך געווארן די נייע ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מדושינסיקא שליט"א, וואס איז אויפגעבויט געווארן אויפן יקים גאס אין ירושלים, נאנט צום מרכז חצר הקודש דושינסקיא.


דאס אהערשטעלן א נייע דירה פאר'ן רבי'ן קומט אין די זעלבע צייט וואס מ'גרייט זיך מיט העפטיגע פלאנירונגען צו פילפאכיג פארגרעסערן דעם בנין ביהמ"ד הגדול , אין ליכט פונעם אומגעהויערן לחץ זו הדחק ווען דער ביהמ"ד הגדול איז איבערגעפילט בימי חג ומועד אין ביי די זמני התכנסות מיט טויזנטער חסידים וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש.


לויט'ן פלאן גייט מען ארויסבויען דעם ביהמ"ד הגדול ביים דרום זייט פונעם ביהמ"ד, צו די זייט פון רחוב שמואל הנביא, אויפ'ן פלאץ וואו עס געפינט זיך יעצט דער בנין ישיבה גדולה, וואס וועט זיך אריבערציען אין די נאנטע תקופה צום נייעם גיגאנטישן "קרית הישיבות" דושינסקיא אין אלעד, וואס בויט זיך יעצט לשם ולתפארת.


אויפ'ן אונטערשטן שטאק פון די ישיבה גדולה געפינט זיך ביתם נאוה קודש פון די רועי החסידות, אדמור"י בית דושינסקיא, דער רבי הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים האט דארט געוואוינט במשך אלע זיינע שנות הנהגה, ולאחריו בקודש האט דארט ווייטער געוואוינט בנו וממלא מקומו דער רבי שליט"א.


היות מ'גרייט זיך יעצט צו פארוואנדלען דעם בנין הישיבה גדולה אלס טייל פונעם ביהמ"ד הגדול, האט מען פארגאנגענע יאר אנגעהויבן בויען א נייע מעון הקודש פאר'ן רבי'ן, אויף רחוב יקים ביים ווינקל פון שמואל הנביא, סמוך ונראה צו די בניני הישיבות און ביהמ"ד הגדול.


דער בנין פון די נייע דירה באשטייט פון דריי שטאק, אויפ'ן אונטערשטן שטאק איז געווארן אויפגעבויט א פראווען-שטוב פאר קבלת קהל, א בית תפלה און פריוואטע מקוה, און נאך וויכטיגע איינריכטונגען. אויף די צוויי העכערע שטאקן איז געווארן געבויט די נייע מעון הקודש פאר'ן רבי'נס פריוואטע וואוינונג, און ווי אויך א נייע סוכה.


דער בוי–פראיעקט אהערגשטעלט דורך הרבני הנגיד החסיד ר' חיים הערש גאלד, מנאמני ביתו פונעם רבי'ן, און מראשי התאחדות תלמידי דושינסקיא אין אמעריקע, ועל שמו וועט דער נייער בית תפלה גערופן ווערן "בית ר' חיים הערש גאלד".


אין די לעצטערע חדשים איז דער בנין פולקאם פארטיג געווארן, ברוב פאר הדר ווי עס פאסט פאר'ן משכן הצדיק, און דערויף איז אפגעהאלטן געווארן א פריוואטער מעמד קביעת מזוזה מיט'ן נדיב הבנין ר' חיים הערש און זיין משפחה, בראשות פונעם רבי'ן שליט"א און די משפחת המלוכה. אין די נאנטע טעג וועט דער רבי אנהייבן אויפנעמען קהל עדתו אין די נייע דירה, און ווי אויך האט מען שוין אנגעהויבן אריבערפירן די טויזנטער ספרים פונעם רבי'נס אלטע דירה, וואס ענטהאלט צווישן אנדערן צענדליגער אנטיק ספרים און גאר היסטארישע כתבי קודש מירושת אבותיו הק', און פון די ירושה פונעם הייליגן מהר"ם שיק זי"ע, וואס איז געועון א פעטער פאר'ן ראש השושלת הרה"ק המהרי"ץ דושינסיקא זי"ע, און ער האט דאס ארויפגעברענגט מיט'ן שיף פון חוסט קיין ארץ ישראל, ביים ארויפקומען לכהן פאר אלס מרא דארעא קדישא.









Comments


bottom of page