top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אי' מקום כבודו: האד' מסאטמאר פירט דורך זעלטענע 'אויספרעג' צווישן די תלמידים איבער מקום עריכת שוה"ט ליל שב"ק

מאנטאג חיי שרה • י"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין די יעצטיגע וואכן קאכט זיך העפטיגע דיסקוסיעס און טיכוס עצה צווישן די הנהלת הקהלה אין קרית יואל, ווי אזוי צו באהאנדלען דעם ריבוי העם בליעה"ר וואס באלאגערט מדי שבת בשבתו דעם "היכל הטישן" אינעם בנין מבצר הכוללים, מיטצוהאלטן דעם עריכת שלחן הטהור ליל שב"ק פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע איז שוין לאנג אויסגעוואקסן פון אקאמאדירן די אריבער טויזנט תלמידי המתיבתא, וואס האבן די זכי' מיטצועסן די סעודה ביים רבי'נס טיש, און דערצו נאך די פילע הונדערטער בעה"ב ואברכים און בחורי הישיבות, און די פילע געסט.


ווי באקאנט איז דער פרייטאג צונאכטס טיש ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א א מיוחדת במינה אין די רבי'שע הויפן, נאכדעם וואס דער רבי האט נאך מיט פינף און צוואנציג יאר צוריק אוועקגעשטעלט דעם אופן עריכת השלחן, צו עסן אינאיינעם מיט די תלמידים החביבים, און מיט זיי מעריך זיין די געהויבענע שעה'ן פון נועם השבת, ווען אלעס דרייט זיך הויפטזעכליך ארום די "בחורים", זייענדיג קונה א שם דבר איבעראל, ווי אזוי דער גרויסער ראש ישיבה רבתי, לאזט זיך אראפ מן ההר אל העם, און פארברענגט אינאיינעם מיט די באליבטע תלמידים פאר שעות ארוכות, ווען אין דער זייט קומען אויך מיטהאלטן בעלי בתים און אברכים.


דאס האט ווייטער אנגעהאלטן אויך נאכדעם וואס דער רבי איז ארויף על כס האדמורו"ת בשנת תשס"ו, און ס'איז דאן ארויף על שלחן מלכים די פראגע צי דער רבי זאל שוין טוישן פונעם איינפיר, און פראווען דעם פרייטאג צונאכטס טיש פאר'ן ציבור, ווי ס'איז איינגעפירט בחצרות האדמורי"ם, אבער דער רבי האט דאן געגעבן די היסטארישע החלטה, אז דער טיש וועט ווייטער אנגיין ווי ביז היינט, און ער וועט עסן אינאיינעם מיט די בחורים פון די ישיבה, וואס דאס איז ביי אים "קודש קדשים".


טאקע אויף דעם אופן האט דער טיש פארגעזעצט במשך די אלע יארן, זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג מדי שבת בשבתו ווען איינער פון די סאמע גרעסטע אדמורי"ם ומנהיגי ישראל קרויזט אויס די גינוני אדמורו"ת ווען עס קומט זיך אפצוגעבן מיט זיינע באליבטע תלמידים הקרוים בנים.


די לעצטע פאר יאר איז שטארק ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך דער מאנגל אין פלאץ, די ענגשאפט אינעם לאנגיעריגן מקום קבוע פונעם טיש, אינעם בנין מבצר הכוללים, ווערט מער און מער, און שוין א לענגערע צייט וואס די עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט ראשם ורובם צו טרעפן א לעזונג און אהערשטעלן א גרעסערן מקום רחבת ידים, צו ערמעגליכן סיי די באקוועמערע השתתפות פון די הויפט מחותנים, די תלמידי הישיבה, אוכלי שולחנו פונעם רבי'ן שליט"א, און סיי צו קענען אויסברייטערן דעם מקום פאר די בעה"ב ואברכים, און די תלמידי הישיבה תושבי קרית יואל, וואס זיי עסן ביי די עלטערן אינדערהיים און קומען דערנאך אריבער מיטהאלטן דעם איבריגן חלק פון טיש.


דער לחץ זו הדחק האט דעם זמן דערגרייכט א קלימאקס, ווען דער היכל הטישן איז אוממעגליך צו דערהייבן דעם ריבוי התלמידים, וואס עסן ביים רבי'ן, אפגערעדט אז עס קען נישט אקאמאדירן דעם ציבור וואס קומט שפעטער, ברענגענדיג צו א מעגליכע פלאן צו אריבערפירן דעם טיש צום היכל ביהמ"ד הגדול קרית יואל, וואו דער רבי זאל ווייטער עסן די סעודה מיט די בחורים, אויף א פילפאכיג פארברייטערטע מקום, סיי פאר די בחורים און סיי פאר'ן ציבור.


ווען דער פלאן איז פארגעלייגט געווארן פאר'ן רבי'ן שליט"א, האט דער רבי געזאגט בענוות קדשו, אז דער טיש איז א זאך וואס איז נוגע די בחורים, דארף מען פון זיי צוערשט הערן, צי זיי זענען מסכים דערצו, און ווי אזוי זיי גלייכן. אין אן אומגלויבליכע מחזה, האט דער רבי זיך פערזענליך ארויסגעלאזט אויף אן אויספרעג צווישן די בחורים, אין היכל הישיבה, וואו ער האט זיך אראפגעלאזט מיט א זעלטענע חביבות און ענוות חן צו די תלמידים, פרעגנדיג זיי וואס זיי ווילן ליבערשט וואו די סעודה זאל זיין, אין כולל אדער אין ביהמ"ד.


דער רבי האט דאן אויסגעהערט די מיינונג פון די בחורים, וועלכע האבן מיט א דרך ארץ און הכנעה איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן אוות נפשם הטוב, ווען טייל בחורים האבן געזאגט אז זיי גלייכן ענדערש די פריוואטקייט, ווען דער רבי פראוועט נאר מיט זיי, און אז ס'וועט זיין אויף א גרויסן פארנעם אין ביהמ"ד הגדול, וועט עס צוביסלעך ווערן א 'טיש', און זיי וועלן פארוואסערט ווערן, בעת אנדערע בחורים האבן געזאגט אז אדרבה, יעצט איז נישט דא קיין פלאץ, און אין גרויסן ביהמ"ד וועט זיין מער באקוועמער און רחבות'דיגער, און בפרט האבן דערביי רעאגירט די בחורים תושבי קרית יואל, אז אין גרויסן ביהמ"ד וועלן זיי אויך קענען מיטהאלטן, און ס'וועט זיין בעסער פאר יעדן.


דער רבי איז ווייטער אזוי ארום צווישן די בחורים, און געהערט וואס זיי האבן צו זאגן, און מ'ווארט יעצט מיט גרויס שפאנונג צו הערן די ענדגילטיגע החלטה וואס דער רבי וועט באשלוסן.

Kommentare


bottom of page