top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רצונו של צדיק • געהויבענעם יארצייט סעודה פון הייליגן שינאווא רב זי"ע פארגעקומען אין קרית יואל דורך 'כולל חבת ירושלים'

דינסטאג פ' ויחי • ז' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

עהונדערטער תושבי עיר הצדק קרית יואל והגלילות, ובראשם די דייני ורבני העיר שליט"א האבן דעם פארלאפענעם מוצאי שבת קודש פרשת ויגש איבערגעפולט די פראכטפולע קרן ויואל משה זאל, און אנטייל גענומען בגוף ובממון ביים גייסטרייכן דינער השנתי און געהויבענעם מעמד 'רצונו של צדיק' צום הילולא קדישא פון הייליגן שינאווער רב זי"ע לטובת די אור אלטע מסורה'דיגע צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חבת ירושלים.


א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן לכל הקהל הקודש, באגלייט מיט א מוזיקאלישע פארברענג ווי מ'האט ארומגעשמועסט איבער פארצייטישע פארגעסענע ניגונים פון די צדיקים הקודמים זי"ע, בשעת מ'איז מהנה דער עולם מיט די שירי קודש, אנגעפירט דורך דער באקאנטער חוקר בעניני נגינה הרב דוד מאיר רוס יושב ראש מכון שירי דוד און אראפגעזינגען בטוב טעם דורך דער טאלאנטפולער בעל מנגן לבית באבוב הרה"ח ר' מרדכי וואלף לאנדא הי"ו, אינאיינעם מיט די  וויזניצע קאפעליע פון היימישע אינגעלייט.


במשך די נאכט האט זיך אנגעזעהן א מאסן שטראם, פון חסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך אנגערופן מיט א ווארעמקייט בגוף ובממון לטובת די הייליגע קופה און האבן דערביי זוכה געווען צו די אויסטערלישע זכותים וואס קומען מיט דעם, און אלס מתן שכרה בצידה איז פארטיילט געווארן ספעציעלע מתנות פאר די חשובע תומכים, און ווערדפולע זילבערנע חפצים פאר די גרעסערע נדיבים.


דער יושב ראש הרה"ג ר' שמואל קרויס שליט"א ר"מ אין די סאטמארער ישיבה סניף ברך משה האטאנגעפירט די גאנצע מעמד און צווישן די פילע סיפורי ודיבורי קודש וואס ער האט 'בין גברא לגברא' מיטגעטיילט פאר'ן עולם, האט ער אויפגעשטורעמט דעם ציבור מיט א געשריבענעם ציווי פון הייליגן שינאווער רב זי"ע: אז 'עס ליגט אויף יעדן וואס וויל טון רצונו של מקום צו שטיצן בכל כוחו אנשי ארץ ישראל'


דער געטרייע מנהל הכולל הגה"צ רבי ישכר בעריש רובין האדמו"ר מדאמבראווא האט איבערגעגעבן דעם דבר הכולל און א גריס מהנעשה והנשמע אונטער די קוליסן פון דעם מאסיווע אפאראציע פון כולל חבת ירושלים, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די מקבלי הפרסים על אחד בשמו הטוב יבורך.


הרה"ח  בנש"ק רבי פנחס שפירא שליט"א דער בעל 'פרס זכותא דרבי מאיר',  האט אויפגערטרעטן מיט זכרונות יקרות פון די לעכטיגע צייטן בצל קדשם פון די צדיקים לבית פשעווארסק זי"ע - נשיאי הכולל, פארציילנדיג 'אלס יליד אנטווערפן' איבער די ריזיגע צדקות וואס מ'פלעגט זען ביי די פשעווארסק'ער צדיקים צו דעם הייליגן פושקע, און דאס זעלבדע ביי זיין גרויסן טאטן הרה"צ רבי נפתלי הירץ שפירא ז"ל, מגדולי תומכי צדקת הכולל.


מיט די צענטראלן דרשה וואס האט צוגעשמידעט יעדן איינציגן אנטיילנעמער צו די פלעצער, האט אויפגעטרויטן דער ידען נפלא הרה"ג ר' שרגא שלו' פאפלאנאש שליט"א, וועלכער האט ברוב כשרונו אראפגעלייגט א הערליכער-גייסטרייכער בירור הדברים אין דער פראגע פון עניי ארץ ישראל און עניי עירך ווער קומט פריער? אנגעהויבן מיט א קלארן הוראת קודש אין דעם ענין פון הייליגן שינאווער רב זי"ע.


הגה"צ הגה"צ ר' יהודה אלישע הורוויץ אבד"ק אור החיים קרית יואל האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה מלא פנינים יקרים מפז איבער וואונדערליכע ישועות וואס אידן זעהן בזכות פון דעם הייליגן צדקה באגלייט מיט ערשטהאנטיגע סיפורים נפלאים.


דברי נעילה איז געהערט געווארן מפי הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קרית יואל וואס האט באזונדער ארויסגעהויבן די מקבלי הפרסים - דער רב פון אור החיים שליט"א, הרה"ח בנש"ק ר' פנחס שפירא שליט"א, און די צוויי נזרי גבאי קודש, מוה"ר פנחס לאנדא הי"ו און מוה"ר שמואל יוסף ליפשיץ הי"ו, און באופן כללי בשבח פונעם הייליגן שטאט קרית יואל וואס קומט אזוי שיין קעגן אלע צדקות ישראל, ובפרט פאר 'צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חבת ירושלים'.


צום שלוס פונעם דינער האט מען פארקויפט די זכות ברכת המזון אויף א הייליגע און היסטארישע בעכער פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע בעל 'זרע קודש', די זכות איז פארקויפט געווארן פאר א סכום עצום, און די הונדערטער משתתפים האבן זיך געשלענגלט אין די רייע מקבל צו זיין כוס של ברכה פון דעם הייליגן בעכער.


די ציבור האט פארלאזט דעם זאל נאך א הערליכע פראגראם, און אהיימגענומען פילע שיינע מתנות, ועל כולם די פילע ברכות וסגולות עד אין שיעור וערך פון נאכגיין מסורת אבותינו ורבותינו הק' ובמיוחד די בעל הילולא הרה"ק משינאווא זי"ע צו שטיצן דעם הייליגן אור אלטע קופה כולל חבת ירושלים לצדקת ר' מאיר בעל הנס.
















Comments


bottom of page