top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרן פוסק הדור פראוועט שמחת תורה מיט נאסטאלגישע ספר תורה פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצ"ל

זונטאג נח • כ"ה תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, שמואל דריי. ב.ל. דוד ק.

 

אויך דאס יאהר שמחת תורה האט זיך מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' באנוצט מיט די נאסטאלגישע ספר תורה וואס מרן שר התורה הגאון ר' חיים קנייבסקי זכר צדיק לברכה פלעגט זיך באנוצן אויף שמחת תורה. די רעדע איז פון די קלענסטע ספר תורה אויף די וועלט זייענדיג ווייניגער ווי דריי אינטשעס גרויס און איז געשריבן געווארן ספעציעל פארן שר התורה כדי אים צו פארגרינגערן אנצוהאלטן די ספר תורה דורכאויס די הקפות.

דעם הושענא רבא איז דער ספר תורה געברענגט געווארן צום פוסק הדור דורך הרב אבי שטערן - פון די מקורבים ביים שר התורה. הרב שטערן האט דערציילט פארן גאון אז ר' חיים פלעגט רופן דעם ספר תורה 'משיח'ס ספר תורה' ווייל דאס איז צוגעפאסט פאר א מלך ישראל וועלכע האט געדארפט האלטן די ס''ת א גאנצן טאג און דעריבער איז טאקע פאסיג איבערצוגעבן דעם ספר פארן פוסק הדור וואס איז אין אונזער דור פון די מנהיגי ישראל. 

יו''ט שמחת תורה האט דער גאון געפראוועט אין זיין ישיבה אין בית שמש כמידי שנה בשנה, וואו די תלמידי הישיבה האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די לעכטיגע מאמענטן בשעת ווען דער גרויסער גאון ופוסק איז געטאנצן די הקפות מיט די היסטארישע ס''ת.
































Comments


bottom of page