דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, הערשל רובינשטיין, JDN
מאסן תושבי בארא פארק און חסידי סקולען האבן זוכה געווען מיטצולעבן דעם געהויבענעם מעמד הדלקת הנירות די ערשטע נאכט חנוכה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א אין בארא פארק, וואו עס איז ברגשי כיסופין וגעגועין אויפגעברענגט געווארן די ליכטיגע זכרון פון די ימי האורה בצל צדיקי בית סקולען באותו מקום קדוש, וואס ווערט ווייטער נמשך דורכ'ן רבי'ן שליט"א מיט די עבודת הקודש פון ניגוני דביקות והודאה.
דער רבי שליט"א איז אריינקומען אין ביהמ"ד מלובש מיט'ן קאלפיק כמנהג אבותיו הק', דער ביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט מיט א נייעם אויסשטעל צו אקאמאדירן דעם ריבוי עם, און דער ביהמ"ד איז געווען פול געפאקט מקצה אל הקצה. דער רבי האט געזאגט די ברכות מיט א נעימות, און דערנאך ממשיך געווען מיט די זמירות, אינמיטן ויהי נועם, ביי "רק בעיניך תביט", האט דער רבי איבערגעגעבן א שיחת קודש בדברי חיזוק אין שמירת עינים, פארציילנדיג שטריכן פונעם טאטנ'ס שמירת עינים וואס איז געווען א שם דבר.
שפעטער נאך די זמירות האט דער רבי נאכאמאל משמיע געווען דברי תורה לכבוד היום, און ארויסגעברענגט אז ווען מ'זינגט די זמירות און ניגוני קודש פון די הייליגע זיידעס, געפינען זיי זיך דא און מ'קען ביי זיי אויסבעטן דבר ישועה ורחמים.
דערנאך איז פארגעקומען א דבר חידוש אין סקולען, אז נאכ'ן מעמד איז דער גאנצער עולם אריבער און דער רבי האט יעדן געוואונטשן במאור פנים.
אין אנדערע נייעס, האט דער רבי שליט"א אפגעהאלטן פארלאפענעם ליל שישי פר' וישב א ספעציעלע התוועדות פאר די סקולענע חבורה, מ'האט געזינגען די ניגונים וואס מ'זינגט חנוכה אינעם סקולענער הויף, און דער רבי האט משמיע געווען א ווארעמע שיחת הכנה פאר די אינגעלייט לכבוד חנוכה.