דאנערשטאג נח • כ"ט תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: א. אייזנבאך
הונדערטער חסידי תולדות אהרן איינוואוינער אין שטאט בית שמש האבן זיך דעם יו" ט סוכות געוואונטשן "ברוך שהחיינו וקימנו והגענו לזמן הזה" צום פּתיחת השערים פונעם נייעם פּרעכטיגן בית המדרש דחסידי תולדות אהרן אין רמה ב' בית שמש, וואס איז געפייערט געווארן אין די חול המועד טעג ברוב פאר והדר, מיט א גרויסע סעודה אין די סוכה פון ביהמ"ד, און לעבעדיגע ריקודין אינעם נייעם היכל ביהמ"ד.
די חנוכת הבית איז געפראוועט געווארן אין שפיץ פונעם רב הקהילה הגה"צ ר' ישראל חיים קאהן שליט"א אדמו"ר מנחלת אהרן, בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מתולדות אהרן זי"ע וועלכע טוט דארט אפרעכטן די תפילות תמידין כסדרן זייענדיג דער צענטראלע ביהמ"ד דחסידי תולדות אהרן אין שטאט, לכבוד די חגיגה האט ער באנייעט א נייע בגד און געמאכט א ברכת שהחיינו בשם ומלכות, ווען די חברי הקהילה טאנצן און פרייען זיך פאר לענגערע שעות לכבוד די גרויסע דערגרייכונג.
Comments