מיטוואך פ' חקת בלק - ט' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א איז נעכטן אנגעקומען קיין ביתר ווי די רבי האט באשיינט די חתונה פון א אייניקל ביים שוואגער הרה''ג ר' אברהם זאנענבאנד נכד הרה"ק רבי מאיר'ל מאמשינוב זי"ע, וואס איז פארגעקומען אין די הגפן זאל אין ביתר, די רבי איז אנגעקומען בשעת די סעודת החתונה, טועם געוועהן פון די מאכלים און דערנאך געזאגט ברכה אחריתא. דערנאך איז די רבי אראפ צום חלל פונעם זאל און ארויס אין לענגערע ריקודים מיט די חתן און מחותנים.
Comments