top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת • נפש נקי וצדיק הילד ישעי' משולם פייש כהנא ע"ה נכד הרה"ק מטאהש זי"ע

מאנטאג פ' פקודי • א' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברוך דיין האמת


מיט גרויס צער איז היינט צופרי אויפגענומען געווארן די שווערע בשורה פון קרית טאהש קאנאדע, איבער די פטירה פון הילד בנן של קדושים ישעי' משולם פייש כהנא ע"ה, א זיבן יעריג קינד, א זון פון להבחל"ח הרה"צ ר' נחמן כהנא שליט"א, וואס איז היינט נפטר געווארן נאכן זיך מוטשענען פאר לאנגע יארן מיט פארשידענארטיגע געזונטהייט פראבלעמען.


די נפטר מגזע אראלים ותרשישים הילד ישעי' משולם פייש ע"ה איז געוועהן א דאפעלטער אייניקל פון כ"ק האדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע, זיין טאטן הרה"צ רבי נחמן שליט"א איז א זוהן פון כ"ק האדמו"ר מספינקא מאנטריאל שליט"א חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק מטאהש ז"ע אין איז אן איידעם ביי הרה"צ רבי מרדכי סג"ל לאווי זצ"ל בנו הגדול פונעם טאהשער רבין זי"ע.


כל ימי חייו האט ער זיך ליידער געמוטשעט מיט שווערע יסורים, און די נאכט איז ער נפטר געווארן לחיי העולם הבא איבערלאזנדיג זיין חשובע משפחה צובראכן און צושוידערט.


די לוי' גייט ארויס היינט 4:00 נאכמיטאג פונעם חברא קדישא שטיבל אין קרית טאהש אויפן וועג צום בית החיים אין שטעטל וואו ער וועט קומען לקבורה סמוך ונראה צום ציון הק' פון זיין גרויסן זיידן די טאהשער רבי זצ"ל.


ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

Comments


bottom of page